top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

דורכברוך • האד' מסאטמאר מעלדט פרישע פלאן צו בויען ביליגע דירות פאר תושבי קרית יואל | רעקארדינג

מאנטאג פ' קרח - ל' סיון תשפ"ג | קול בחצרות

בילד קרעדיט: א. אייזנבאך


דעם מוצ"ש האט כ"ק האד' מסאטמאר שליט"א באזוכט אין שטוב פון הנגיד החסיד ר' משה יוסף ווערטהיימער הי"ו אין קרית יואל וואו ר' משה יוסף האט אונטערגעשריבן די שטרות לרגל די אפקויף פון א גרויסן זכות אינערהאלב די נייע היכל התורה וואס ווערט געבויט אויף א ריזן פרישע שטאק דורכ'ן "מבצר הכוללים" אין קרית יואל.


בתוך הדברים האט דער רבי דערציילט פאר ר' משה יוסף, אז עטליכע יאר נאכדעם וואס דער רבי האט אים געבעטן צו ברענגען דעטאלן פון דירות פרייזן און בוי קאסטן, קען ער אים יעצט דערציילן אז עס רוקט זיך פאראויס א פלאן פון בויען גאר ביליגע דירות פאר אינגעלייט וואס פלאגן זיך צו טרעפן א דירה, אין איבער א מעגליכע לעזונג צי די שווערע דירות קריזיס אין קרית יואל.


דער רבי האט דערציילט מיט ווייטאג אז לעצטע וואך איז אריינגעקומען א אינגערמאן זאגנדיג אז ער האט אראפגעלייגט א דעפאזיט פאר א דירה אין די בלומינגראוו געגנט פון קרית יואל, פאר א פאנטאסטישע 1.2 מיליאן דאלאר!


"עס האט מיר נישט געלאזט שלאפן!" האט דער רבי געזאגט. "דארט איז שוין א אייגענע אידישע ווילעדזש, ס'דא גענוג גרויסע שטחים, און אזא פרייז?!"

ווייטער דערציילט דער רבי אז אויף חברון איז איינער געקומען דערציילן אז ער וויל קויפן, און מען בעט קרוב צו 500 דאלאר א סקווער פיס! פאר אמדירה וואס וועט זיין גרייט אין בלויז 5 יאר ארום!"


דא האט דער רבי דערציילט פאר די אנוועזנדע א שטילע נייעס זאגנדיג: "אז מען רעדט פון 5 יאר ארום, וויל איך זאגן אז ביז דעמאלס האף איך צו האבן דירות צום וואוינען, פאר אונטער 200 דאללער סקווער פיס!"


דער רבי האט דערציילט אז ער איז אין די לעצטע צייט געזיצן מיט בילדער, און מיט די הנהלת הקרי', און ער ארבעט אויס א מהלך פאר אזא מצוה-פראיעקט וואס זאל זיין געווידמעט נאר פאר אנשי שלומינו, נאר פאר יוצאי הישיבה און געבויט אויף א ביליגע אופן אז ס'זאל קענען צושטאנד קומען אזא פרייז. "אזוי ווי מען האט געבויט אמאל, ווען איך האב געוואוינט אויף קארטער לעין" האט דער רבי געזאגט, ארויסברענגענדיג אז מ'דארף צוריקברענגען די אמאליגע סטאנדארטן און אזוי ארום נישט דארפן צאלן אזאנע אסטראנאמישע פרייזן.


דאס קומט נאכדעם וואס דער סאטמאר רבי איז שוין א לאנגע צייט עוסק אין טרעפן א לעזונג פאר דעם הימל שרייענדער פראבלעם, ווען אזויפיל אידן קומען אריין זיך אויסרעדן אז זיי קענען זיך נישט ערלויבן די היינטיגע דירות פרייזן וואס שפרינגען אזוי הויעך.


אין די לעצטע 4 וואכן האט זיך די זאך גערוקט אביסל נענטער, דער רבי האט אריבערגערופן פארשידענע בויער'ס און איבערגעגאנגען די נומערן, וויפיל ס'דארף צו קאסטן אזא פראיעקט. דאן האט דער רבי גערעדט מיט די הנהלת הקרי', און אויסגעארבעט פארשידענע הצעות וואו מ'קען אהערשטעלן א שטח פאר אזא פראיעקט.


די הויפט יסודות וואס דער רבי האט אראפגעשטעלט אלס זיין פלאן איז:

1) די דירות זאלן זיין געבויט אויפ'ן אמאליגן שטייגער אן די היינטיגע לוקסוס

2) ספעציעל אויסשליסלעך פאר סאטמארע חסידים, ערליכע חברי הקהלה

3) ס'איז א דירה צו וואוינען נישט פאר ריעל עסטעיט מ'קען עס נישט פארקויפן ווייטער, נאר מ'פארקויפט עס צוריק פאר קהל

4) מ'צאלט די דירה צוביסלעך בשעת'ן בויען, אז די בילדער זאלן נישט דארפן נעמען א קאנסטרוקשן לאון


זיך באציענדיג צו די ביליגע סטיל פון בויען האט דער רבי געזאגט "מ'קען וואוינען מיט פשוטע גלאטע טירן, אן קיין טיילס אין ביה"כ פון אלע זייטן, איך וואוין נאך יעצט אזוי אויף סאנז קט. ..."

דער רבי האט געזאגט אז ער האפט מצליח צו זיין ווייל די בקשות פון אינגעלייט זענען גאר ערנסט, אידן קרעכצן ביטער און האבן נישט קיין דאך איבער'ן קאפ. אויספירנדיג "פארדעם פארצייל איך עס, אז מ'זאל וויסן אז מ'דארף נישט קויפן יעצט אויף 5 יאר ארום! ס'וועט זיין אי"ה ביליגע דירות, נישט קיין פענסי דירות, דירות אויף צו וואוינען!".



Comments


bottom of page