top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

לראש פנה: טויזנטער ערווארט ביי מעמד אדיר "הנחת אבן הפנה" פאר מחנה החדש "אהל יוחנן ראחמיסטריווקא" אין עלענוויל

דאנערשטאג פ' ואתחנן • י"א אב תשפ"ד | בחצרות הקודש

 

מיט שטורמישע געפילן פון הרחיבו מקום אהלך רישן זיך אלפי חסידי ראחמיסטריווקא צו די עקסטאזפולע חגיגה "הנחת אבן הפנה" פאר די נייע גיגאנטישע מחנה "אהל יוחנן ראחמיסטריווקא" אין עלענוויל, וואו עס וועלן אויפגעבויט ווערן א פולע קאמפלעקס פון בנינים מפוארים און אלע צרכי המחנה, פאר די תלמידי המוסדות פון כיתות ז' ח'.


די חגיגה וועט געפייערט ווערן בקול רנה ותודה המון חוגג, די טויזנטער חסידים פון די חצרות הק' ראחמיסטריווקא איבער גרעיטער ניו יארק און ניו דזשורזי, ווען די שמחה נעמט ארום די טויזנטער הורי התלמידים פון די ראחמיסטריווקא קעמפ, וואס דינט אלס אכסניא של תורה אויף די זומער חדשים פאר די ראחמיסטריווקא מוסדות החינוך פון אומעטום. דער מעמד וועט באשיינט ווערן דורך אלע ברידער כ"ק האדמורי"ם לבית ראחמיסטריווקא שליט"א, ובראשם כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א, און די חשוב'ע רבני ודייני הקהלה פון אלע שטעט. א ברייטע פלאטע פון טראנספארטאציע ווערט צוגעשטעלט פון אלע געגנטער, צו ברענגען דעם מאסיוון שטראם פון חוגגי החגיגה מיטצולעבן דעם מעמד הגדול.


דער מעמד וועט פארקומען אויפ'ן שטח הענקי על פני שטח החדש, הארט נעבן די עקזיסטירנדע מחנה אהל יוחנן, אויף 245 וויינער ראוד, אין עלענוויל, וואו עס ווערן שוין אויפגעשטעלט די מאסיווע איינריכטונגען פון טויזנטער זיץ ערטער, די פראכטפולע בימת הכבוד, און די הויכשטאקיגע פארענטשעס וואס וועט בארינגעלן פון אלע דריי זייטן ארום, מיט ספעציעלע דעזיגנירטע פארענטשעס פאר די ילדי המחנה פון די העכערע כיתות, די בחורי ישיבה קטנה און מכינה לישיבה קטנה, און די בחורי ישיבה גדולה עסק התורה ראחמיסטריווקא.


באזונדערע סעקשאנס ווערן צוגעגרייט אין פארנט פונעם שטח פאר די פני העדה ובעלי בתים חשובים, און ווי אויך ווערט דעזיגנירט ספעציעלע ווי-איי-פי פארקינג סעקשאנס אינעם ריזן פארקינג לאט פאר די זקני ונכבדי העדה. מטעם די הנהלת המחנה וועט זיין צוגעשטעלט אויף א ברייטן פארנעם טעימה קלה און משקה קרה, אויפ'ן שטח המעמד, און באזונדער וועט סערווירט ווערן מיט הרחבה א רייכע מיטאג מאלצייט, אינעם חדר האוכל פון מכינה לישיבה קטנה.


לרגל די חגיגה וועט כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א אפרעכטן דעם היינטיגן שב"ק ואתחנן נחמו בתוככי המחנה. פרייטאג נאכמיטאג אום 5:00 וועט דער רבי ערשיינען צום מקום פון הנחת אבן הפנה, און דארט מתפלל זיין די לענגערע קאפיטלעך תהילים וואס איז נהוג צו זאגן בשעת הנחת אבן הפנה. דער מעמד הגדול וועט זיך אנהייבן זונטאג 2:00 נאכמיטאג, מיט'ן פתיחת המעמד דורך העסקן הנמרץ לכל קדשי בית ראחמיסטריווקא הרב צבי ראוואצקי שליט"א מראשי קהל ומוסדות ראחמיסטריווקא לעיקוואד. אלס נואם הכבוד וועט אויפטרעטן דער נואם בחסד עליון הגה"צ רבי שלמה רובין שליט"א אב"ד ציעשנוב קרית יואל, און דערנאך וועט מען זוכה זיין צו הערן די דברות קודש וברכה דורך כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א. מיט'ן דבר המחנה וועט אויפטרעטן דער מסירת נפש'דיגער עומד על הפקודים הרב משה יהושע קרעמער הי"ו מנכ"ל מוסדות ראחמיסטריווקא.


גדול יהי' כבוד המעמד הזה






Comments


bottom of page