מאנטאג פ' כי תבוא • י"ג אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: אברומי בלום
מיט פייערליכע קול רנה ותודה המון חוגג איז נעכטן זונטאג נאכמיטאג אפגעראכטן געווארן דער מעמד נהדר "הנחת אבן הפנה" פאר'ן נייעם בנין המתיבתא דבאבוב-45, בהשתתפות הונדערטער חסידים, און ספעציעל האבן זיך משתתף געווען די הויפט מחותנים, די שווערע הונדערטער בחורי חמד, סיי פון די מתיבתא, און סיי פון די ישיבות קטנות, די צוקונפטיגע מתיבתא בחורים, ועל צבאם די צענדליגער מנהלים ורמ"י הישיבות, און די רבני ודייני הקהלה, ומלכם כ"ק אדמו"ר מבאבוב-45 שליט"א בראשם.
דער מעמד איז געהאלטן געווארן קורץ, אביסל מער ווי א שעה, לויט די הוראת הקודש פונעם רבי'ן, אז עס זאל נישט גורם זיין קיין ביטול תורה פאר די בחורים, וועלכע זענען געקומען צום מעמד נאכ'ן נאכמיטאג-סדר, און זענען שוין געווען צוריק אין די ישיבה געהעריג צום נאכט-סדר.
ארום האלב זעקס נאכמיטאג האט מען מקבל פנים געווען דעם רבי'ן מיט'ן רבי'נס ניגון "בואו שעריו בתודה". הר"ר בנציון יוסף ריינהאלד מנהל המוסדות האט געעפנט דעם מעמד און באגריסט דעם ציבור, ובפרט די בעלי שמחה, די הונדערטער תלמידי הישיבות.
דאן האט מען געהערט דעם דבר המעמד דורך הרה"ג ר' שלמה פרענקל שליט"א אב"ד וויעליפאלי לעיקוואד ממנהלי המתיבתא, וועלכער האט ארויסגעברענגט די גרויסקייט פונעם טאג און משבח געווען די ישיבה וואו די בחורים שטייגן באופן גבוה ונעלה, און האבן די באזונדערע זעלטענע זכי' אז דער רבי געט פערזענליך שיעורים נפלאים צוויי מאל א וואך און איז זיך מפלפל מיט די תלמידים.
דאן האט מען זוכה געווען צו הערן די דברות קודש פונעם רבי'ן שליט"א, וועלכער האט מיט גרויס התרגשות ערווענט די אומגלויבליכע הרחבת גבולי הקדושה און מ'זעט בחוש ווי דער שווער ז"ל שטייט אים צו דער האנט להגדיל תורה ולהאדירה.
דערנאך האט דער מנכ"ל ר' בנציון יוסף ריינהאלד אויפגערופן עטליכע גרויסע פילאנטראפן וואס העלפן פינאנצירן דעם מולטי דרייסיג-מיליאן דאלארדיגן פראיעקט, און עקסטער משבח געווען די פאקטישע בונים, די בעלי הפירמעס, ובפרט ר' אלי' האפמאן פון "סיטי בילדערס" וואס געט זיך אפ מיט'ן פראיעקט אויף אן אויסטערלישן שנעלן אופן.
דערנאך האט מען צוגעטרעטן צום אבן הפנה, א סקרוך איז דורך אין די ביינער ביים ציבור האלפים, ווען דער רבי טרעט צו צו די יציקת אבני היסוד, גיסנדיג דעם גרונדשטיין פאר'ן מבצר האדיר לתורה וחסידות.
דערנאך האט מען אויפגערופן הרבנים הגאונים שליט"א קינדער פון הגה"צ אבד"ק באבוב 45 שליט"א, און דערנאך די מנהלי ורמ"י המתיבתא, צווישן זיי אדמורי"ם ורבנים חשובים, וועלכע זענען נתכבד געווארן צו גיסן, און באזונדער זענען ביותרת הכבוד נתכבד געווארן די עסקנים און נגידים צו גיסן.
צום שלוס האט מען זיך ארויסגעלאזט אין פייערליכע טענץ וואס האט אריינעשלעפט דעם ציבור אין א פייער פון עקסטאז בקול רנה ותודה המון חוגג לכבוד המאורע.
תגובות