top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הרה"צ רבי יעקב יוסף האגער בנו הגדול פון האד' מוויזניץ באזוכט באזוכט אין ארץ ישראל

מיטוואך פ' כי תבוא • ט"ו אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש

 

פארלאפענעם וואך איז הרה"צ רבי יעקב יוסף האגער בנו הגדול פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א אנגעקומען צוגאסט קיין ארצינו הקדושה מתפלל צו זיין ביי די מקומות הקדושים לקראת די חתונה פון בנו החתן וואס קומט פאר דעם ווינטער בשעה טובה ומוצלחת.


דאנערשטאג אינדערפרי ביים אנקומען קיין בני ברק האט הרב יעקב יוסף געדאווענט שחרית אינעם מנין פון כ"ק אדמו"ר ממכנובקא בעלזא שליט"א, וואו ער האט עולה געוועהן אויפן היסטארישן ספר תורה פונעם בעל שם טוב הק' זי"ע, און איז דערנאך אריין אויף א באזוך צו האד' ממכנובקא בעלזא. אויך האט ער באזוכט אין בני ברק ביי הגה"צ רבי מנחם ארנסטר ראש ישיבת וויזניץ, און מתפלל געוועהן ביי די ציונים הקדושים אינעם אהל אדמור"י וויזניץ להיפקד בדבר ישועה ורחמים.


דאנערשטאג באנאכט האט ער זיך משתתף געוועהן ביים שמחת הווארט פון הכלה א טאכטער פון כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א פון ספרינג וואלי וואס איז פארגעקומען אין ירושלים. אויף שבת איז הרה"צ רבי יעקב יוסף שליט"א געוועהן צוגאסט בקרתא דשופריא, פרייטאג צונאכטס האט ער געדאווענט ביים שריד בית מקדשינו דער כותל המערבי, און שפעטער באנאכט זיך משתתף געוועהן ביים שולחן הטהור פון כ"ק אדמו"ר מסלונים שליט"א וואו ער איז מכובד געווארן ביותרת הכבוד. שבת אינדערפרי האט ער געדאווענט אין וויזניצער ביהמ"ד אויף רח' אדוניהו הכהן, וואו ער האט יורד געוועהן לפני התיבה און עולה געוועהן שישי, נאכן דאווענען איז ער אריבער צום סקווירא שטיבל וואו ער האט אפגעראכטן די קידושא רבא און משמיע געוועהן דברי תורה, שלש סעודות איז געוועהן אין וויזניצער ביהמ"ד.


דורכואויס די וואך האט ער באזוכט אין ירושלים בבתי האדמור"ים מגור, בעלזא, תולדות אברהם יצחק, תולדות אהרן, ראחמיסטריווקא, סלונים, דושינסקיא, פינסק קארלין, און ביים פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א בעל 'תשובות והנהגות'. אויך האט ער מתפלל געוועהן ביים הר הזיתים, הר המנוחות, קבר רחל, און ביי די מקומות הקדושים אין גליל: מירון, צפת, טבריה.







Comments


bottom of page