top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

השתדלו והרבו תחינה: האד' מסקאליע וועט מארגן אריבערגיין די פינף שעה'דיגע אפעראציע

דאנערשטאג נח • כ"ט תשרי תשפ"ה | בחצרות הקודש

 

לקיים בנו חכמי ישראל: מארגן דארנעשטאג וועט כ"ק אדמו"ר מסקאליע שליט"א,אריבערגיין א פאראויס-באשטימטע אפעראציע אויף די מאגן און דער ציבור ווערט געבעטן מתפלל צו זיין לרפואתו מרן רפאל בן רייזל.


מיט פינף יאר צוריק איז דער רבי אריבער א לענגערע שווערע דורכגאנג אין געזונט, פון וואס דער רבי האט זיך בחסדי השם ערהוילט. און אצינד וועט דער רבי אויפן ראט פון די דאקטוירים אריבערגיין א 'ריקאנסטראקשע"ן' אפעראציע, אלס א המשך צו די פריערדיגע אפעראציעס וואס דער רבי איז אריבער.


היינט צופרי נאך שחרית בבית מדרשו אין בארא פארק, האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט צו די 'ען. וויי. יו.' שפיטאל אין מאנהעטן, ווי דער רבי וועט מארגן נאכמיטאג אריבערגיין די פינף שעה'דיגע אפעראציע. בשעת די אפעראציע וועט פארקומען א מנין תהילים אין סקאליע ביהמ"ד אין בארא פארק.


דורכאויס די קומענדיגע וואך וועט זיך דער רבי אויפהאלטן אין שפיטאל אויף אבזערוואציע און די נאכפאלגענדע וואך, וועט זיך דער רבי אויפהאלטן מחוץ לעיר אויף מנוחת הנפש.

Comments


bottom of page