top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט

דאנערשטאג פ' עקב • י"ח אב תשפ"ד | בחצרות הקודש

 

אן אינטערסאנטע עפיזאד בעת כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א האט מתפלל געוועהן ביים אלטן ביהמ"ד אין שטאט ליסקא ווען די קלויסטער קלעגל האט זיך צופיפן, וואו דער רבי שליט"א ובנו חביבו הגה"צ אבד"ק תולדות אהרן מאנסי שליט"א, האבן זיך צוגעשטאפט די אויערן און ממשיך געוועהן שמונה עשרה.


דער היסטארישער "מכתב קודש", וואס הרה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א האט אפגעשריבן לרפואתו השלימה פון כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א, אין א בחינה פון צדיק גוזר טוט ער מפציר זיין כלפי שמיא פאר'ן רבי'נס אריכות ימים ושנים.

האחים האדמור"ים מסאדיגורא ירושלים און סאדיגורא לאנדאן ביים שמחת הבר מצוה פון א זוהן פון הנגיד ר' זאב טעסלער הי"ו מקורב לאדמור"י סאדיגורא, אין קאניגסלייטן - עסטרייך וואו די ברודער האדמור"ים האלטן זיך אויף אויף אפרוה.

די ברידער האדמור"ים שליט"א בנאות דשא אויף די הויכע בערג אין עסטרייך.

דער משמח אלוקים ואנשים הרב אהרן בוימל באקאנט אלס בארדיטשובער רבי אין א באגעגעניש די וואך מיטן משפיע מפורסם הגה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א ביים קבר רחל אמנו.


שיחת חסידים מיט הרה"ח ר' שלום מרדכי רובאשקין הי"ו אין ביהמ"ד סאטמאר אויף רח' יואל אין ירושלים.

באגעגעניש אין ראחמיסטריווקא ביהמ"ד אין בארא פארק צווישן הגאון ר' שלום בער סורוצקין ראש ישיבת עטרת שלמה מיט הרה"ח ר' אליעזר יודא פאגעל מראשי ק"ק ראחמיסטריווקא.

אינעם קור-ארט אין בארמעטה - ענגלאנד, האט 'קרישקעס' אויפגעכאפט א דרינגענדער שמועס צווישן הגה"צ רבי חיים יוסף דוד ווייס דומ"ץ סאטמאר אנטווערפען וועלכער איז עוסק לאנגע יאהרן אין פדיון שבוים, מיט דער לאנדאנער עסקן הרב גבריאל אוסט, איבער די פרשה פונעם מוהל הרב יונתן אברהם פון לאנדאן וועלכער שמאכטעט שוין ליידער עטליכע וואכן אין א תפיסה אין אירלאנד אהן זיינע תפילין און כשר'ס צו עסן.

האי ספרא רבא הרה"ח ר' יוסף מאיר האס הי"ו באזוכט ביים ראש הישיבה הגאון רבי שאול אלתר שליט"א אין ירושלים אינאיינעם מיט זיין זוהן וועלכע האט זיך פארהערט ביים ראש ישיבה אויף גאנץ מס' גיטין בעל פה.

דער נעים זמירות ישראל ר' בערי וועבער הי"ו ביים אויסוועלן א קונרטס מדברי תורתו פון רבו הגה"צ רבי איטשע מאיר מארגנשטערן אדמו"ר מתורת חכם, ביים טיש ט"ו באב אין ירושלים. (בילד קרעדיט: שלומי טריכטר)

עסקני חצר הקודש סקווירא ביים באקוקן די גרויסע 'RCC' בנין אין שטאט מאנסי וואו עס וועט בעז"ה אפגעהאלטן ווערן די ערשטמאליגע סקווירא ביזנעס עקספאו קומענדיגע חודש חשון הבעל"ט.

האדמו"ר מבאבוב די וואך מאנטאג אין מחנה שלוה דבאבוב ביים מחזק זיין א יונגל א יתום מתלמידי המחנה.

האדמור"ים לבית סטריקוב אין א ידידות'דיגע שמועס ביי א משפחה שמחה די וואך אין בני ברק.

האד' מסאטמאר איז מנחם אבל ביי משפ' האברך החשוב ר' מנחם מענדיל וויינבערגער ע"ה וועלכע איז טראגיש אומגעקומען רח"ל ביים שוידערליכע עקסידענט פאריגן דאנערשטאג נאכט אין די קאנטרי בערג.

העסקן הרב יצחק גאלדקנאפף ביים חתונה די וואך לנכד האד' מנדבורנה ירושלים פארגעקומען אין שטאט בני ברק.

האד' מראחמיסטריווקא אין א ריקוד מיט זיין שכן טוב הרה"ג רבי אברהם מרדכי אלתר שליט"א נכד הרה"ק בעל 'פני מנחם' מגור זי"ע ביים חתונה די וואך פון זיין עלסטן קינד.

ביים שבע ברכות בבית המשפיע הרה"ג רבי אברהם מרדכי אלתר שליט"א האט 'קרישקעס' באמערקט בראש המסובים האד' מאלכסנדר און הגה"צ רבי ברוך זינגער אבד"ק וראש ישיבת אלכסנדר בארא פארק.

נצא השדה לקראת שבת מלכתא: אין די פריע נאכמיטאג שעות ערב שבת האט 'קרישקעס' באמערקט האדמו"ר מקאסאן אויפ'ן וועג צום ביהמ"ד זיך גרייטנדיג אויף שבת.

דער ווידיאו כאפער נתי אלבז ביים דורכגיין זיך וואונטשן ביי האד' מקאסוב נאכן מעמד התפילה ביים מקון משכן שילה. (בילד קרעדיט: שלומי טריכטר)

כי הם חיינו: ראש הישיבה הגאון רבי דוב לאנדא שקוע אין לערנען מיטן חברותא הגר"י לאנדבערג וויילנדיג אויף אפרוה אין שטאט נתניה.

האד' מבאבוב-45 באגריסט הרה"צ ר' חיים מאיר האגער בן האד' מוויזניץ ביים באזוך די וואך אין קעמפ פון כיתה מכינה לישיבה ד'באבוב-45 אין סאוט פאולסבורג.

הגה"צ רבי איטשע מאיר מארגנשטערן אדמו"ר מתורת חכם ביים ברית לנכד הנגיד ר' שמואל זאב סרולאוויטש הי"ו פון בארא פארק וואו דער מקובל איז מכובד געווארן מיט ברכות וקריאת השם. (קרעדיט: שלומי טריכטר)


הגרב״ד פוברסקי ראש ישיבת פונוביז אויף אפרוה אין דאבאס שווייץ, ווערט אויך געזעהן זיין איידעם הגאון רבי חיים פרץ בערמאן מראשי ישיבת פונוביז, הרה"ג ר' משה פרץ שווארץ רב דביהמ"ד קול ארי' אין לעיקוואד און הנגיד ר' יוסל טאבאק הי"ו פון לעיקוואד.

הרה"צ ר' אהרן מענדיל טווערסקי שליט"א בן כ"ק האדמו"ר מסקווירא שליט"א ביים אנקומען קיין מאנטריאל לכבוד די חתונה פון בן הנגיד ר' יוסף פעלדמאן הי"ו מראשי עסקני סקווירא בירושלים.

א מודעה וואס איז פארשפרייט געווארן אין לאנדאן וואס רופט די ארטיגע נגידים און בעלי חסד צו ביישטייערן מער פאר לאקאלע נצרכים.

המשפיע הרה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א ביים אנוואונטשן דעם נעים זמירות ישראל ר' בנצי שטיין הי"ו נאכן דינען אלס סנדק ביים ברית לבן הנולד לו למזל"ט.

האד' מראחמיסטריווקא איז מבקר חולה ביים פלאמעניק הגה"צ רבי אברהם ניישלאס שליט"א אין ירושלים.

הגה''צ רבי בנציון נחום מאיר שארף שליט''א אבד"ק סאדיגורא מאנסי ביים מעמד הבאגלייטן מוצאי שבת נחמו אין די קאנטרי.

הגה"צ אב''ד אמונת ישראל שליט"א אין א שמועס מיטן פעטער הגה"צ אב"ד אמונת ישראל מאנסי ביים ווארט פון אן אייניקל ביים רב.

האדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א ביים אנגרייטן די פיש לכבוד שב"ק וויילנדיג אין קערעסטיר אויף אפרוה.

ביים מזכיר זיין האד' מראחמיסטריווקא פאר הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א בעת די אפעראציע וואס דער ראחמיסטריווקא רבי איז אדורך די וואך אויפן קאפ.


בן יכבד אב: העסקן הרב עזרא פריעדלענדער ביים משמש זיין אביו האד' מליסקא ביים סעודת הילולא די וואך פונעם אך פרי תבואה מליסקא אין שטאט קרית יואל.

הגה"צ רבי משה טייטלבוים אב"ד סאטמאר ירושלים ביים עצרת מחאה די וואך אנקעגן דעם גזירת גיוס בני ישיבת פארנט פונעם לשכת הגיוס אין ירושלים.


טוב עין הוא יבורך • דער אוהבן ולבן של ישראל דער ניקולשבורגער רבי ביים אנוואונטשן א גראפע בחורים פון די וואודבערן ישיבה בשכינות צו כלל ישראל'ס שוהל.


די קבלה צעטליך וואס בחורי חסידי פינסק קארלין האבן זיך אונטערגענימען און אריינגעטראגן צו האד' מפינסק קארלין ביום המסוגל ט"ו באב.

האד' מזוועהיל אין א ריקוד מיט העסקן הרב יצחק גאלדקנאפף ביים חתונה די וואך פון א אייניקל.

האד' מוואסלוי אויפן טעגליכן שפאציר זייענדיג יוצא דעם 'בנאות דשא' אינעם עיר התורה בני ברק.

האד' מתולדות צבי ספינקא בנאות דשא אויף אפרוה די וואך אין קרית יואל.


פרישע תקנות אין שינויים אמבאלאנגט דאס הענגען מודעות אין בית המדרש הגדול סאטמאר מאנסי.

שירו לה' שיעו"ר חדש: פרישער שיעור חסידות אין מאנסי איבערגעגעבן יעדן ליל שישי דורך הגה"צ רבי אהרן האגער אבד"ק קאסוב מאנסי בן האד' מקאסוב זצ"ל.

 

א ברכת מזל טוב פאר החתן בערל גוטמאן ני"ו הויז בחור ביי כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, לרגל שמחת נישואיו בשעה טובה ומוצלחת. אינעם בילד: האד' מבעלזא ביים שטריימל לייגן פארן חתן ערב שבת אויפרוף.


א ברכת מזל טוב פארן איש האשכולות החתן משה גאטליעב ני"ו גרינדער פונעם בארימטן 'אינגערמאן' אויסגאבע, לרגל זיין חתונה די וואך אין ארץ הקודש, עב"ג הכלה תחי' נכדת האדמו"ר מנחלת אהרן שליט"א, שמחה ונחת.


Comments


bottom of page