פרייטאג פ' חקת בלק - י"א תמוז תשפ"ג | קול בחצרות
פארגאנגענעם וואך איז כ''ק האדמו''ר מסאטמאר שליט'''א אנגעקומען צו די נייע פראכטפולע אפיסעס פונעם וועד השדכנים ד'סאטמאר ווי די רבי האט קובע געווען א מזוזה און אפגעראכטן א מסיבת לחיים לרגל די חנוכת הבית פונעם נייעם לאקאל, דערנאך איז פארגעקומען א וויכטיגע אסיפה בהשתתפות די חברי הנהלת הוועד אינאיינעם מיט די עסקנים און בראשם הגה"צ אב"ד סיגוט שליט''א, וועלכע שטייט בראש פון אלע פעולות חובקות פון די וועד השדכנים און איבערגעגאנגען מיטן רבי'ן די פעולות ביז אהער און די פלענער אויף ווייטער מרחיב זיין גבולי הקדושה און מרבה צו זיין שמחות בישראל, די רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן די חשובע עסקנים און איבערגעגעבן עטליכע וויכטיגע הוראות אן הדרכות בעניני שידוכים.
תגובות