זונטאג פ' האזינו א' • כ"ד אלול תשפ"ג | בחצרות הקודש
במוצאי מנוחה קדמנוך תחילה - לשמוע אל הרינה ואל התפילה
מיט פריידיגע געפילן און עקסטאז טוהן הונדטערטער חסידי מודזיץ דעם שבת מחנך געוועהן דעם פראכטפולע בנין בית המדרש הגדול דחסידי מודזיץ אין צענטער פון שטאט בני ברק, נאָך עטליכע יאהר ארויסקוקן, אין באַגלייטן די העפטיגע בוי-ארבעט.
כ"ק אדמו"ר ממודזיץ שליט"א האט די לעצטע תקופה אויסגעדריקט רצון קדשו אז אויף די קומענדיגע ימים הנוראים זאל מען שוין קענען דאווענען אין די נייע בית המדרש, נאך וואס אין די ביז יעצטיגע היכל איז שוין נישטא גענוג פלאץ, איבערהויפט אין די ימים נוראים ווען עס קומען פילע חסידים מיטהאלטן די געהויבענע תפילות ביים רבי'ן.
אין די לעצטערע וואכן האבן די עסקנים אריינגעלייגט אימערמידליכע כוחות און געלט און אלעס וואס האט זיך דרינגענד אויסגעפעלט כדי צו קענע פאראויסריקן די בוי ארבעט מיט א שנעלע אימפעט אן קיין אפשטעל צו קענען זיך אריינציען אינעם נייעם היכל הבית מדרש אויף דעם מוצאי שבת קודש א' סליחות בשעה טובה ומוצלחת.
צו דעם מאמענט האט כ"ק אדמו"ר ממודזיץ שליט"א באשטימט א מעמד קידוש בית המדרש און א סדר לימוד רבתי, ווי כלל חסידי מודזיץ מכל מקומות מושבותיהם זקנים עם נערים האבן זיך צוזאמגענימען מוצאי שבת אויף א סדר לימוד שעות רצופות, נאכגעפאלגט מיט די ערשטע סליחות ברוב עם מחנך צו זיין דעם נייעם בנין הגדול בתורה ותפילה.
א שטאב עסקנים האבן זיך אריינגעלייגט בעובי הקורה און אויסעגשטעלט דאס ביהמ"ד הגדול אויף א מייסטערהאפטיגן אויסשטעל מיט די מאקסימום זיץ פלעצער, און די פלעצער ווערן אצינד פארקויפט פאר צוגענגליכע פרייזן, מיט א ספעציעלע דגש אז די ציבור חסידים זקנים עם נערים זאלן קענען מיטהאלטן די תפילות בישוב הדעת און קענען לחזות בעבודת הקודש פון רבם ומאורם כ"ק אדמו"ר ממודזיץ שליט"א אין די לעכטיגע זמנים.
דעם ערב שבת הארט פארן זמן איז כ''ק האדמו''ר ממודזיץ שליט''א אראפגעקומען צום נייעם ביהמ''ד אין קובע געוועהן א מזוזה ביים הויפט שער במעמד פון די חסידים.
Comments