top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

חכם ניסים בן שמעון מגדולי מנהיגי עדת הספרדים באזוכט ביי האד' מסקווירא

זונטאג פ' נצבים וילך - י"ז אלול תשפ"ג | בחצרות הקודש


היינט נאכמיטאג איז אנגעקומען אויף א באזוך ביי כ''ק האדמו''ר מסקווירא שליט''א הגאון חכם ניסים בן שמעון, מגדולי מנהיגי עדת הספרדים בארץ הקודש, וואס איז אנגעקומען אויף א באזוך אין אמעריקע צום ערשטן מאל מחזק צו זיין די בוכארישע אין סירישע קהילות אין ניו יארק.


די רבי שליט''א האט אויפגענימען דעם חשובן גאסט בכבוד הראוי אין עס האט זיך פארצויגן א שיינעם שמועס אויף לשון הקודש, דער רבי האט זיך אינטערסירט אין זיין הרבצת התורה אין דער רב האט איבערגעגעבן פארן רבי'ן זיינע ספרים 'משפטי הבשן' וואס אנטהאלט זיינע תשובות אין פסקים.


איידער די באזוך האט העסקן הרב שלום בער פישל ארומגעוויזן דעם גאסט אינעם שטעטל אין צוגעוויזן אינעם מרכז הכוללים ד'שיכון סקווירא אין באזונדער די אנגייענדע ארבעט ביים ביהמ''ד הגדול והחדש, שפעטער ביים וויזיט האט דער רב איבערגעגעבן א גריס פארן רבי'ן אין אויסגעדריקט זיין התפעלות פון זיין באזוך אינעם כולל וואו אינגעלייט אין עלטערע אידן צוגלייך זענען זיך ממית באהלה של תורה.









Comments


bottom of page