זונטאג פ' האזיני • כ"ו אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש
א שריפה האט אויסגעבראכן דעם ערב שבת אינעם בנין ביהמ"ד הגדול והחדש ד'שיכון סקווירא, די פייער האט זיך אנגעפאנגן אום 10:30 פארמיטאג אין די בעיסמענס ביים מקוה טהרה, און איז ב"ה געברענגט אונטער קאנטראל באצייטנס אן קיין ערנסטע שאנדס. די רויעך האט זיך אבער שנעל צושפרייט אינעם גאנצן בנין ביז ארויף צום היכל הביהמ"ד און פייערלעשער האבן באלד עוואקואירט דעם גאנצן בנין. אלס אורזאך פון די שריפה איז דער ביהמ"ד הגדול סיי די נייע בנין און סיי די יעצטיגער ביהמ"ד באטראפן געווארן פון א קורצשלוס, און דער נייע שוהל וואס איז שוין געוועהן צוגעגרייט צום מעמד 'פתיחת ההיכל' היינטיגן מוצאי שבת האט געליטן מילדע שאדנס פון די רויעך. און צוגאב איז די נייע מקוה טהרה אינעם בנין ארויס פון דינסט.
נאכן פארלעשן די פייער האט די פייער דעפארטמענט דורכגעקוקט די געביידע פאר עטליכע שעה זיכער צו מאכן אז דער בנין איז פארזיכערט, גלייכצייטיג האבן די עסקנים איינגעשפאנט א שטאב פון הונדערטער ארבייטער וועלכע האבן געארבעט העפטיג צו רייניגן די גאנצע בנין, און אין די זעלבדע צייט האט מען שווער געארבעט צוריקצושטעלן די לעקטריק און צוריקצושטעלן די שוהל על מכונו כדי דער היכל זיין גרייט צו ענטפאנגען די רבבות חסידים פון נאנט און ווייט וואס קומען זאגן סליחות ביים רבי'ן און פראווענען דעם היסטארישן מעמד פתיחת ההיכל וואס קומט פאר היינט מוצאי שבת ווי געפלאנט.
כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א וועלכע האט געהאלטן אינימיטן תפילת שחרית אין אלטן ביהמ"ד ווען די פייער האט אויסגעבראכן, האט פארגעזעצט דאס דאווענען ווי געהעריג, אבער אין א טונקעלע בית המדרש, נאכדעם וואס די עלעקטעריק אינעם בנין איז געווען אפגעהאקט. נאכן דאווענען און די בריתן האבן די עסקנים איבערגעגעבן פארן רבי'ן בשם די פאליציי אז מען מוז תיכף פארלאזן דאס ביהמ"ד אלס חשש סכנה און די רבי איז אהיים לביתו נאווה קודש וואו די רבי האט געפראוועט די בעלי השמחה און אפגעראכטן די סעודת ברית.
Comments