top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בליענדע חרדישע שטאט אין גרינוויל-דשערזי סיטי לעבט מיט געהויבענע שעה'ן ביי היסטארישע "מעמד היסוד"

מונטאג פ' שלח - כ"ג סיון תשפ"ג | קול בחצרות


הונדערטער אידן אין שפיץ פון גדולי האדמורי"ם ורבנים שליט"א פארזאמעלט אויף גיגאנטישער שטח נעבן אנגייענדע בוי-ארבעט ביים בנין הביהמ"ד הגדול דקהל עדת גרינוויל – הערליכע קארדאנירטע ארבעט דורך עסקני הקהלה דערקענט זיך אויף טריט און שריט - פאסיגע כבוד אפגעגעבן פאר נגידים בעם וועלכע האבן צושטייער געגעבן גרויסע געלטער פארן אויפבוי פון דער בלינענדער אידישער שטאט און פאר דער אנגייענדער אויפבוי פונעם בנין הביהמ"ד הגדול - התרגשות'דיגע מאמענטן דורכאויס דער מעמד ווען די בא'חנ'טע ילדי התלמוד תורה זינגען הערליכע גראמען און ווארעמע ניגונים – דברי תורה וברכה פון הרבנים הגאונים שליט"א זענען שטארק מחזק די הנהלת הקהלה והמוסדות וואס ארבעטן אימערמידליך צו אויפבויען דעם בנין הבית מדרש – רבנים חשובים, נגידים בעם, תושבי העיר ווערן מכובד צו גיסן די בורות פאר די מקוה – תושבי גרינוויל אנגעפולט מיט אויסטערלישע חיזוק באצייכנענדיג דער מעמד דינט אלץ שטארקע "יסוד" פאר דער עתיד פון דער שטאט!.


זה היום עשה השם נגילה ונשמחה בו! – אט דאס איז דער געפיל צווישן תושבי גרינוויל דשערזי סיטי שטייענדיג נאך דער לעכטיגער טאג, זה היום קוינו לו, זונטאג שלח העעל"ט, דער טאג ווען עס איז פארגעקומען דער גרויסער "מעמד היסוד" ווען מען האט געגאסן די יסודות פאר די נייע פראכטפולע מקוה וועלכע ווערט געבויעט אינעם בנין הביהמ"ד הגדול דקהל עדת גרינוויל, און אין די זעלבע צייט אוועקגעשטעלט די יסודות פאר די ווייטער'דיגע אויפבוי פון דער בנין הביהמ"ד הגדול, און די יסודות פאר דער עתיד פון דער שטאט, דער עיר ואם בישראל גרינוויל.


נאך לאנגע חדשים פון פלאנירונגען, נאך לאנגע וואכן פון הכנות, נאך צענדליגער זיצונגען, אסיפות, טעכנישע צוגרייטונגען, איז דער טאג אנגעקומען, דער טאג אין וועלכע עס האבן זיך צוזאמגענומען הונדערטער אידן צו מחזק זיין דער בלינדער שטאט גרינוויל-דשערזי סיטי, און צו גיסן די יסודות פאר דער עתיד פון דער שטאט.


דער הערליכער סצענע וואס די גאסן פון שטאט האבן מיטגעלעבט פארלאפענעם זונטאג וועט קיינמאל נישט פארגעסן ווערן, און ווען פארבלייבן ווי איינער פון די היסטארישע מאמענטן בקורות ימי העיר.


די גרויסע הכנות צום מעמד

אין די לעצטערע וואכן זענען די געטרייע חברי הנהלת הקהלה והמוסדות געזיצן אויף כסדר'דיגע זיצונגען צו אויספלאנירן אלע דעטאלן אין בעפארברייטונג צו דער גרויסער מעמד, מיטן ציל צו פארזיכערן אז אלע דעטאלן פון אנהייב ביזן סוף זאלן קלאפן, און אז דער מעמד זאל זיין א קידוש שם שמים פון אנהייב ביז די ענדע.


אין די טעג בעפאר דער מעמד זענען די הנהלת הקהלה והמוסדות אין שפיץ פון רב שליט"א ארומגעגאנגען לאדענען גדולי רבנים ואדמורי"ם שליט"א וועלכע האבן א שיכות מיט גרינוויל זיך צו קומען באטייליגן ביי דער גרויסער מעמד, און צו מיטלעבן דער גרויסער "מעמד היסוד" און גיסן די יסודות פאר די בורות הטבילה.


באזינדער האבן די חברי הנהלה איינגעלאדענט צום מעמד נגידים בעם וועלכע האבן ארויסגעהאלפן דאס אויפבוי פון גרינוויל דורכאויס די יארן, און העלפן יעצט ווייטער ארויס אויף טריט און שריט, בעיקר מיט דער אויפבוי פון דער בנין בית המדרש וועלכע וועט בע"ה שטיין לשם ולתפארת אלץ דער צענטראלער צענטער פאר גרינוויל.


מען האט אויך אריינגעלייגט גרויסע כוחות צו צושטעלן טראנספעטאציע פון אלע חרדישע געגענטער איבער ניו יארק, הויפטזעכליך פון וויליאמסבורג פון וואו א ריזיגער ציבור איז געקומען צו פארן צו מיטהאלטן דער גרויסער מעמד.


אין די באשטימטע צייט 1 אזייגער נאכמיטאג האבן זיך די פילע די באסעס ארויסגעלאזט פון וויליאמסבורג, און אין די זעלבע צייט האבן זיך ארויסגעלאזט פילע פריוואטע קארן פון אלע חרדישע געגענטער איבער ניו יארק אויפן וועג קיין גרינוויל צו מיטהאלטן דער גרויסער מעמד.


אויך פון וויליאמסבורג איז א גרויסער ציבור ארויסגעלאזט מיט די פריוואטע קארן אויפן וועג צום מעמד, און מען האט כסדר געזען אידן זיך אפשטעלן ביים בנין התלמוד תורה "ויואל משה" צו אויפנעמען אידן וועלכע האבן געוואלט אנקומען צום מעמד, אבער זיי האבן נישט געהאט קיין פלאץ אויף די באסעס וועלכע זענען געווען צוגעשטעלט אויפן וועג קיין גרינוויל.


אנקומענדיג קיין גרינוויל האבן די באסעס אראפגעלייגט דעם עולם ביי א ספעציעלע גרויסע פארקינג-לאט וועלכע איז געווען צוגעשטעלט אין שטאט, און דארט האבן אויך פארקירט די וועלכע זענען געקומען מיט די פריוואטע קארן, און פון דארט האט מען שפאצירט צוויי קורצע גאסן ביז דער גרויסער שטח נעבן דער בנין הביהמ"ד אויף וועלכע עס איז פארגעקומען דער מעמד.


עס איז שטארק באגריסט געווארן דורך די חשובע באטייליגטע די הערליכע סדר מיט די פארקינג וועלכע איז געווען צוגעשטעלט מיט א באקוועמלכקייט , און עס האט זיך געפינען בלויז עטליכע מינוט צו גיין צופיס פון דער גרויסער מעמד.


יושב ראש המעמד הרה"ח ר' מרדכי יעקב ראזען הי"ו

אנקומענדיג צו דער גרויסער שטח האט זיך אנפלעקט פאר די אויגן א הערליכע סצענע. לענגאויס דער גאנצער שטח איז געווען אויסגעלייגט הונדערטער זיץ-ערטער וועלכע איז געווען באזעצט מיט די הונדערטער משתתפים, און אויף דער מזרח זייט איז געווען אויפגעשטעלט א הערליכע צוויי-שטאקיגע פלאטפארמע פאר די חשובע רבנים ואדמורי"ם שליט"א וועלכע זענען געקומען באשיינען דעם מעמד.


פארנט פון דער אויבן-אן איז געווען אנגעגרייט אינטער באריקאדן הערליכע רינדעכיגע טישן פאר די ראשי הקהלה, און די חשובע נדיבים בעם, און די ערשטע רייען זענען געווען אנגעגרייט מיט טישן פאר די עלטערע אידן און פני העדה.


אויף די זייטן איז געווען אויפגעשטעלט הויכע גאלעריען פאר די ילדי התלמוד תורה וועלכע זענען דארט געשטאנען אויסגע'שורה'ט, און געזינגען ווארעמע ניגונים און שפעטער האבן זיי אויך מהנה געווען מיט הערליכע גראמען דורכאויס דער מעמד.


דער הערליכער סצענע ווי אזוי די חשובע קינדער שטייען אזוי שיין אויסגע'שורה'ט מיט דער גאנצער חסידישער חן און איידלקייט איז געווען דער געשפרעך פון טאג, סיי בשעתן מעמד, און סיי נאך די מעמד, ווען די חשובע רבנים שליט"א און די אנדערע באטייליגטע האבן ארויסגעברענגט זייערע הרגשים פון דער הערליכער סצענע וועלכע האט אין זייערע אויגן רעפלעקטירט דער שטאט, איידל. חסידיש, מיט א חן.


ביי דער זייט איז געווען אנגעגרייט ספעציעלע זיץ-ערטער פאר די חשובע פרויען פון וואו זיי האבן געקענט מיטהאלטן גוט די מעמד מיט אלע דרשות, און אין די זעלבע צייט האט מען זיך שטארק געהאלטן צו די גדרי צניעות.


דער יושב ראש המעמד דער בארימטער פה מפיק מרגליות הרה"ח ר' מרדכי יעקב ראזען הי"ו האט געפענט דער מעמד, און ער האט ארויסגעברענגט די הרגשים פון אלע תושבי העיר און פון אלע באטייליגטע צום דעם גרויסן מעמד, ווען מען זעט ווי אזוי דער שטאט בויט זיך, און מאכט כסדר'דיגע פארשריט, און דא שטייט מען ביי אזא מאמענט ווען דער נייער בנין הביהמ"ד ווערט אויפגעבויעט מיט א שנעלקייט, און וועט שוין גאר אין נאנטן שטיין גרייט צום באניץ אלץ צענטראלער צענטער פאר תושבי העיר.


נאך זיינע אריינפיר ווערטער האט דער יושב ראש אויפגערופן כ"ק אדמו"ר מסקווירא גרינוויל שליט"א וועלכע איז איינער פון די חשובסטע און אנערקענסטע רבנים אין שטאט, און פירט אן בית מדרשו אין גרינוויל.


דער רבי שליט"א האט אין זיינע ווערטער ארויסגעברענגט זיינע הרגשים פון די קהילה דא אין גרינוויל ווי אזוי דער גאנצער ציבור ארבעט האנט ביי האנט צו בויען די קהילה, און צו זיכער מאכן אז דער שטאט איז א ערליכע חסידישע שטאט אויף די הייליגע וועגן פון די צדיקים וועלכע האבן אוועקגעשטעלט אידישקייט דא אין אמעריקע.


דאן האט דער רבי ארויסגעברענגט די גרויסקייט פון דער יעצטיגער מעמד, ווען מען בויט אויף אזא גרויסע בית המדרש וועלכע וועט שטיין לשם ולתפארת פאר דער גאנצער שטאט, און איבער וואס דער מאמענט באדייט פאר דער עתיד פון די שטאט און פון די קהילה.


א מאמענט הכרת הטוב פאר די נגידים בעם און ערוועלטע באאמטע

דאן איז ארויפגעקומען דער בארימנטער עסקן הרה"ח ר' יוסף בערגער הי"ו פון UJC און ער האט באגריסט די ערוועלטע באאמטע וועלכע האבן זיך באטייליגט ביי דער מעמד.


דערנאך האט האט ער אויפגערופן צום ערשט ארויסגערופן קאנגרעסמאן דאנעלד פעיני וועלכע פארטרעט דשערזי סיטי און די אומגעגענט, און ער האט אים באעהערט מיט ספעציעלע באהערונג און אים באדאנקט פאר זיינע לייסטונגען פאר די שטאט, און פארן אלעמאל זיין גרייט צו העלפן תושבי העיר מיט אלעם וואס עס האט זיך אויסגעפעלגט.


אזוי אויך האט דער קאנגרעסמאן דערציילט פאר די עסקנים ביים מעמד אז זיצענדעיג אויף דער "העלט קאמיטע" אין קאנגרעס שפילט זיין קאמיטע א ערנסטע ראלע אין דער "צדק ביל" צו העלפן אידן וועלכע האבן נישט קיין קינדער, און ער פארשפרעכט צו העלפן מיט דער געזיץ איינמאל עס וועט קומען בעפאר זיין קאמיטע.


דערנאך האט ר' יוסף באהערט דער הויפט פאליציי קעפיטאן פון די דשערזי סיטי פאליציי מיטשעל האלינגס וועלכע איז א גאר שטארקע פריינט פארן היימישן ציבור אין גרינוויל, און ער העלפט כסדר ארויס דעם ציבור אויף טריט און שריט.


אזוי אויך האט זיך באטייליגט ביים מעמד דער לאקאלער קאנסילמאן סאלאמאן וועלכע איז מאמענטאל דער פראנט-ראנער אין דער מעיאר פארמעסט אין דשערזי סיטי צו ערזעצן מעיאר סטיווען פילאפ וועלכע לויפט פאר גאווערנער אין ניו דשערזי.


דערנאך האט דער יושב ראש שליט"א זיך באדאנקט פאר די חשובע נדבנים וועלכע האבן גענומען א חלק אין דער אויפבוי פון דער שטאט פון די ערשטע מינוט ביז צום היינטיגן טאג, און זיי האבן זיך יעצט אנגעשטרענגט צו ארויסקומען צו זען מיט די אייגענע אויגן דער ברנה יקצורו ווען דער בנין הביהמ"ד ווערט געבויעט מיט א שנעלקייט לשם ולתפארת.


באזינדער האט ער ארויסגעהויבן די גאר חשובע נדבנים, אין שפיץ פון הרה"ח ר' אליעזר מאיר לעפקאוויטש הי"ו וועלכע האט אפגעקויפט דער בנין נאך מיט יארן צוריק, און דער בנין ווערט טאקע גערופן אויפן נאמען פון זיין שווער ע"ה "בנין זאב דוב".


אויך האט ער זיך באדאנקט פאר הרבני הנגיד הרה"ח ר' מרדכי שווארץ הי"ו וועלכע האט מנדב געווען די בורות פאר די מקוה, און פאר הרה"ח ר' אברהם יודא ראזענבעג הי"ו וועלכע האט זיך משתתף געווען מיט גאר גרויסע געלטער צום אויפבוי פון דער בנין הביהמ"ד.


דרשת פון כ"ק האדמורי"ם, הרבנים הגאונים והצדיקים שליט"א

דאן האט זיך דער גאנצער עולם אויפגעשטעלט און מקבל געווען דער מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א וועלכע האט זיך אנגעשטרענגט בטירחא דגברא רבה צו קומען באשיינען דער געהויבענער מעמד.


דער רבי שליט"א האט א שטארקע קשר מיט דער שטאט, זייענדיג פון די וועלכע האבן מחזק געווען דער שטאט פון די ערשטע מינוט פון איר גרינדונג, און האט שוין עטליכע מאל באזיכט דער שטאט אין די פארלאפענע יארן.


דער רבי שליט"א האט זיך אראפגעזעצט און געווינטשן לחיים, און דערנאך משמיע געווען דברות קודש ארויסברענגענדיג דאס חשיבות פון דער פלאץ אז מען גייט אויף די וועגן פון אונזערע רבי'ס, און אז מען זעט אז דער ציבור תושבי העיר איז א גאר חשובער ציבור, אידן וואס ווילן לעבן ערליך און אפגעהיטן, און גיין אויף די הייליגע וועגן און יסודות וואס מען האט אונז געלערנט.


דערנאך האט דער רבי שליט"א דערמאנט דער רב שליט"א וועלכע פירט די קהילה און איז ממשיך צו פירן אויף דעם אויסגעטראטענעם וועג אן קיין שום שוניים. דער רבי האט אין זיינע ווערטער אויך שטארק מחזק געווען די עסקנים און די ראשי הקהלה וועלכע ארבעטן מיט אלע כוחות צו אויפבויען דער הערליכער שטאט, און יעצט דער בנין הביהמ"ד.


דאן האט אויפגעטרעטן הגה"צ המפורסם רבי הלל וויינבערגער שליט"א דאב"ד סערדעהעלי וועלכע האט מיט התרגשות ארויסגעברענגט דער הערליכער סצענע וואס מען זעט דא ביים מעמד ווען די איידעלע תלמוד תורה קינדער זענען אויסגע'שורה'ט אויף די פלאטפארמעס, און ווען מען קוקט זיי אן זעט מען זרע ברך השם, ערליכע איידעלע קינדער, די יראת שמים שרייט אראפ פון זיי, וואס דאס צייגט אסאך אויף די שטאט.


דערנאך האט מען אויפגענומען כ"ק אדמו"ר מקאסאן שליט"א פון דער שכינות'דיגער חרדישער לינדען וועלכע איז געקומען באשיינען דער מעמד.


דער רבי שליט"א האט געטרינקען לחיים, און געווינטשן פארן רב שליט"א און פאר די עסקנים.


דערנאך האט דער רב שליט"א אויפגעטרעטן מיט דער דבר המעמד.


דער רב שליט"א האט אנגעהויבן זיינע ווערטער ארויסברענגענדיג די הייליגקייט פונעם מעמד, אז מען קומט זיך דא צוזאם צו אזא זמן ווען מען גייט גיסן די יסדות פון מקוה וועלכע גייט באנייט ווערן וואס גייט פארלאנגע יארן באניצט ווערן צו מרבה זיין קדושה וטהרה ביי אידן.


דערנאך האט דער רב ארומגערעדט וואס דער מעמד מיינט פאר דער עתיד פון די קהילה, אז ווען מען גיסט דא הייליגע יסודות פאר דער מקוה, איז עס טאקע טאקע טעכניש נייע יסודות פאר די בורות, אבער עס ווערט געבויעט אויף די יסודות פון אונזערע עלטערן און רבי'ס וועלכע האבן געגאסן די יסודות פאר אונז! די יסודות וואס מען גייט היינט גיסן איז נישט קיין נייע יסודות, נאר עס שטייט אויף די אלטע יסודות, און מיר ווילן ווייטער גיין אויף זייערע הייליגע וועגן.


די ווערטער פון רב שליט"א וועלכע איז געזאגט געווארן מנהמת לבו האט איבערגעלאזט א שטארקע רושם אויף אלע באטייליגטע.

דערנאך האט אויפגעטרעטן כ"ק הגה"צ אב"ד יאווזשנא שליט"א וועלכע האט ארומגערעדט איבער די שיינע קהילה וואס בליעט און וואקסט לשם ולתפארת דא אין גרינוויל, א קהילה פון יראים ושלמים, א קהילה וואס קוקט ארויסאויף ערליכקייט און צו גיין אויף די הייליגע וועגן פון די צדיקים הקודמים.


דער מעמד "יציקת הבורות"

ווי נאר מען האט פארענדיגט די דרשות ביים מעמד האט מען צוגעטרעטן צו דער הויכפונקט פון דער מעמד, צום "יציקת הבורות".


די חשובע רבנים שליט"א אינאיינעם מיט די נגידים בעם און די ראשי הקהילה והמוסדות זענען צוגעגאנגען צו דער ארט וועלכע איז געווען ספעציעל אנגעגרייט צו קענען אריינגיסן די צעמענט העכער די בורות, און מען האט אנגעהויבן צו גיסן די צעמענט.


צום ערשט האט הגה"צ אב"ד דקהל עדת גרינוויל שליט"א געגאסן די יסודות, דערנאך האבן געגאסן די חשובע רבני העיר שליט"א, אזוי אויך האבן געגאסן כ"ק אדמו"ר מסקולען לעיקוואיוד שליט"א, הגה"צ אב"ד טאלשאווא שליט"א פון קר"י, און דערנאך דער חשובער נדבן פון די בורות הרה"ח ר' מרדכי שווארץ הי"ו און די אנדערע חשובע נדבנים.


דערנאך האט דער גאנצער ציבור תושבי העיר, און אלע חשובע באטייליגטע געסט געהאט א געלעגנהייט צו אריבערגיין גיסן די צעמענט, און נעמען א חלק אין דאס גיסן די מקוה אין וועלכע אידן וועלן פאר לאנגע יארן זיך מטהר זיין.


אזוי ווי עס איז נישט שייך געווען צו עפענען דער שטח פון די בוי-ארבעט צוליב זיכערהייט סיבות, האט מען צוגעשטעלט א ספעציעלע פראוועזארישע פלאסטישע פענסטער אריין צום שטח, און די חשובע רבנים, די נדבנים, און די חשובע געסט האבן געהאט א קלארע אריינבליק צו די אנגייענדע בוי-ארבעט, און איבער די גרויסע פארשריט אויפן ארט.


דורך די פלאסטישע פענסטער האט מען אויך געקענט מיטהאלטן ווי אזוי די צעמענט רינט אראפ ביז די בורות.


*


דער הייליגער און געהויבענער מעמד וועט אלעמאל פארבלייבן איינגעקריצט אין די ביינער פוןו די אלע וועלכע האבן זיך דארט באטייליגט, בעיקר ביי די תושבי העיר וועלכע האבן ארויסגענומען דערפון א גאר שטארקע חיזוק ווען זיי האבן געזען מיט די אויגן ווי אזוי דאס יהדות החרדית, גדולי ישראל פון איבעראל, דער ציבור פון אלע חרדישע געגענטער, נגידים בעם פון אלע קהילות, שטייען האנט ביי האנט מיט גרינוויל, מען קוקט ארויס אויף זייער הצלחה, און מען איז גרייט זיי צו געבן א פלייצע צום אויפבוי פון דער נייער פראכטפולער ביהמ"ד הגדול, און דער ווייטערדיגער אויפבליה פון גרינוויל.


דער טאג "זונטאג שלח תשפ"ג" וועט אריינגיין אין די היסטאריע פון גרינוויל אלץ דער טאג ווען עס האט זיך אנגעהויבן א נייע קאפיטל אין די היסטאריע פון די שטאט, א נייע לעכטיגע קאפיטל איבער דער שנעלער אויפבוי פון דער בנין הביהמ"ד הגדול נאך דער גרויסער מעמד היסוד, א קאפיטל וועלכע וועט בע"ה נאכגעפאלגט ווערן מיט דער קומענדיגער רייכער קאפיטל איבער דער חנוכת הבית פון דער הערליכער בנין הביהמ"ד בקרוב בימנו.


א' שלח, יום אין לשכוח!




























































Comments


bottom of page