top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

גרויסארטיגע "וויזניצער חתונה" וועט פארקומען אין גיגאנטישן 'די סיטי פעסטונג'; הכנות אין פולן שוואונג

מיטוואך פ' משפטים • כ"א שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש

 

אריינטרעטנדיג אין די ימי האורה והשמחה טוען אלפי חסידי וויזניץ אויפנעמען מיט גרויס שמחה והתרגשות די בשורה מרנינה אז די גרויסארטיגע וויזניצער חתונה, שמחת נישואי החתן נכד כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, החתן זוהן פון הרה"צ רבי דוד ראזענבוים שליט"א בנו הגדול פון כ"ק אדמו"ר מפרעמישלאן שליט"א, מיט הכלה תחי' בת הרה"ג ר' יעקב יצחק קליין שליט"א דומ"ץ חסידי וויזניץ, וועט אי״ה אפגעראכטן ווערן ביום ד׳ פרשת תצוה, במקהלות אלפי חסידים אינעם גיגאנטישן "די סיטי" פעסטונג אין מעלה אדומים בגלילות ירושלים, בקול ששון וקול שמחה.


אין די לעצטערע וואכן און חדשים זענען די עסקנים ארומגעגאנגען, צו באטראכטן אלע מעגליכע אפציעס פון א גיגאנטישער זאל פאר די חתונה און אלע אנדערע אראנדזשירונגען, און וואו עס האט זיך ארויסגעשטעלט איז דער פאסיגסטער זאל געוועהן דער 'די סיטי' זאל. אין די יעצטיגע טעג זענען שוין אין פולסטן קראפט די מאסיווע צוגרייטונגען דורך די ראשי העסקנים אהערצושטעלן די גרויסע שמחת החתונה אין דעם מלכות'דיגן זאל ברוב פאר והדר, ווען אלפי חסידים מכל מקומות מושבותיהם קומען זיך מיטפרייען בשמחת בית צדיקים.


איבערהויפט טוען די עסקנים פארברייטן די מאסיווע טראנספארטאציע אונטערנעמונג צו פירן דעם ריזן ציבור פון אלע היימישע געגענטער קיין קיין מעלה אדומים. מיט א באזונדערע הכנה דרבה גרייט מען זיך צו די געהויבענע שבעת ימי המשתה מיט דער קלימאקס די צוויי שבתות של שמחה, שבת עלייה תורה פ' תרומה - שבת שקלים, און די שבת שבע ברכות דערויף שבת פ' תצוה - שבת זכור, בצל הקודש פונעם זיידן די וויזניצער רבי שליט"א אין בני ברק.


אין די לעצט פארבליבענע צוויי וואכן צו די חתונה וועט דער רבי שליט"א מתפלל זיין ביי די מקומות הקדושים, ביים כותל המערבי און ביים ציון הק' אין אתרא קדישא מירון, בראש קהל חסידיו, און ארומגיין לבתי האדמור"ים איינצולאדענען צו די גרויסער חתונה וואס איז ביים רבי'ן שליט"א ווי א פערזענליכע שמחה.



Comments


bottom of page