top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בְּרֹאשׁ כָּל מוֹעֲדוֹת • ברייטע דעקונג פון יום טוב פסח אין סאטמארער הויף

מאנטאג פ' קדושים • כ"ח ניסן תשפ"ד | בחצרות הקודש


"שאי סביב עיניך וראי כולם נקבצו ובאו לך" אט דאס איז געווען דער אויסדרוק נאך דער פארלאפענעם יום טוב פסח, וואס אלפי חסידי סאטמאר האבן מיטגעלעבט בצל הקודש פון כ"ק האדמו"ר מסאטמאר שליט"א אינעם עיר הצדק קרית יואל. אנגעהויבן האט זיך עס ביים פייערליכן מעמד שאיבת מים שלנו ליל בדיקץ חמץ בשירה וזמרה. צומארגנס ערב פסח נאכמיטאג איז די רבי אנגעקומען אינעם מצה בעקעריי אינעם בנין הישיבה קטנה, דער רבי האט אריינגעגאסן דאס וואסער אין די מעל און פארטיילט טייגלעך פאר עטליכע מיירעס, דער רבי האט דאן פארגעזאגט הלל ברגש קודש והשתפכות הנפש, און עוסק געווען במלאכת האפיה און דערנאך מפריש געווען חלה. דערנאך איז דער רבי אריבער צום צענטראלן מצה בעקעריי פון די קהילה און זיך אומגעקוקט אויפן סדר האפי' און אין אלע אפטיילונגען א לענגערע צייט, דער רבי אריין געגאסן וואסער אין די מעל און מפריש געווען חלה.


שפעטער נאכמיטאג איז דער רבי אראפ אינעם נייעם גרויסן זאל בביתו נאוה קודש, דער רבי האט אפגעברענט די לעכט, און זיך אומגעקוקט אויפן מלכות'דיגע סדר טיש ווי עס האבן מיטגעהאלטן בצל הקודש די אריבער דריי הונדערט חתנים וועלכע זענען פלאצירט געווארן צווישן ביידע הייליגע סדר נעכט. 


ליל התקדש החג נאכן דאווענען איז דער רבי ארויף אויפן ארון קודש און געוואונטשן 'א גוט יו''ט' פארן גאנצן ציבור, פארן סדר האט די רבי פארטיילט מצות פאר די אייניקלעך, און דערנאך אריינגעקומען צום סדר מעוטף בטליתו אויפן קיטל, און מיט א זילבערנעם קאפל, כשתילי זיתים סביב לשלחנו די הונדערטער חתנים תלמידי המתיבתא וועלכע האבן זוכה געווען מיטצוהאלטן די סדרים בליל התקדש חג הפסח, כשהמלך במסיבו, די טישן זענען געווען מלכות'דיג אויסגעשטעלט מיט א מייסטערהאפטיגן סדר אז יעדער אין אלע ווינקלן זאלן קענען מיטהאלטן די געהויבענע מאמענטן בצל הקודש פון קיום מצות הלילה, וואס איז אפגעראכטן געווארן מיט א דביקות ושמחה של מצוה. 


במשך דעם סדר האט דער רבי געזאגט זעכצן מאל דברי תורה, ביי מה נשתנה האבן געפרעגט די קשיות די אייניקלעך בני הרה"ג ר' חיים הערש אשכנזי שליט"א אויף אידיש, און דערנאך אלע אייניקלעך צוזאמען, נאכן צווייטן כוס האט דער רבי אויסגעטוהן דעם טלית, ביי שלחן עורך האט דער רבי געגעסן די איי פון די קערה, און דער רבי אליינס האט תיכף געגעסן דעם אפיקומן פאר חצות, און נאך ענדיגן דעם אפיקומן, האט דער רבי צוגעווארט מען זאל סערווירען די סעודת יו''ט פאר אלע מסובין. מען האט געענדיגט דעם סדר ארום 3:30, און דער רבי איז ארויף בחדרו הפרטי ווי דער רבי האט געזאגט שיר השירים מיט א דביקות ברגש קודש.


יו"ט באטאג נאך קריאת התורה איז דער רבי אריינגעקומען מלובש מיטן קיטל און זילבערנעם קאפל און צוגעגאנגען צו מוסף און טל בענטשן בהתעוררות רב, ביים מיטאג טיש בביתו נאוה קודש האבן מיטגעגעסן די הונדערטער חתנים מחוץ לעיר, נאך די תורה האט דער רבי מרחיב געווען בדיבור בהדרכה ישרה פאר די חתנים וואס וועלן דאס יאר בס''ד אויפשטעלן אידישע שטובער און איבער דאס יאהר אליין פירן דעם פסח, און מרחיב געוועהן איבער א מכשול וואס האט דאס יאר פאסירט פון בליעות איסור חמץ אין א אידישע קאך בלויז ווייל מען איז נישט נזהר געווען און זיך נישט געפירט צו נעמען נאר וואס מען האט געמאכט אליינס אינדערהיים, אל תטוש תורת אמך פסח קען מען נישט און מען דארף נישט אלעס האבן און מען דארף עס געדענקן א גאנץ לעבן.


כמעשהו בראשונה כך מעשהו בשניה האט דער רבי שלחט"א אפגעראכטן די עבודת הקודש פונעם צווייטן סדר, במשך דעם סדר האט דער רבי געזאגט 13 מאל דברי תורה, מען האט געגעסן די כזיתים פון מוציא מצה הארט פאר חצות, ארום 2:00 האט דער רבי געזאגט דעם לשם יחוד מיט א ברען און געגעסן דעם אפיקומן מיט א דביקות. נאכן סדר איז דער רבי אריבער אין ביהמ''ד הגדול און איז צוגעגאנגען צום עמוד ציילן די ערשטע ספירה ברשפי אש קודש און דערנאך ממשיך געווען דעם סדר ביים שלחה"ט אין ביהמ''ד הגדול, דער רבי האט פארגעזינגען בנעימה אחד מי יודע און חד גדיא, געזאגט תורה אויפן פיוט 'פודה כהלכה' און דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט ניגונים לכבוד יו''ט. מען האט געענדיגט ארום 4:30.


דעם צווייטן טאג יו''ט ביים מיטאג טיש בביתו נאוה קודש האבן ווידער מיטגעגעסן די חתנים מחוץ לעיר, במשך די סעודה האט מען אריינגעברענגט א קוגל לכבוד סעודת אסתר, און דער רבי האט געהייסן זינגען ותוסף אסתר.


ביים טיש ליל יו"ט שביעי של פסח האט מען מאריך געווען בשירה ובזמרה לכבוד יום טוב, ביים ענדע פונעם טיש האט זיך די רבי אויפגעשטעלט טאנצן די שירה בדביקות ובהתלהבות אש, ואתו עמו דער ריזן ציבור האלפים וינעו אמות הסיפים.


צופרי דער רבי איז צוגעגאנגען צו פסוקי דזמרה, שחרית יוצר והלל, און פארגעזאגט הלל הגדול און די שירה פסוק בפסוק מיט גרויס התעורורות, די רבי  שליט''א איז געווען בעל קורא, און געליינט די שירה בהתעוררות ובהתלהבות אש, נאכן דאווענען האט די רבי געדינט אלס סנדק ביי א ברית.


ליל אחרון של פסח איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור אין ביהמ"ד הגדול, דער רבי האט אויפגעדעקט די מצה און אויך איינגעטינקן די מצה אין די ברויפען נאך די פיש, און אין די זופ איז געווען קניידלעך כנהוג, נאכן תורה האט מען אריינגעברענגט מצה כרעמזלעך און דער גאנצער ציבור איז אריבער נעמען שיריים א לענגערע וויילע. צופרי ביים ליינען האט די רבי קורא שם געווען פארן איר אייניקל בת הנולדה לנכדו הרב מנחם שלמה אשכנזי בן הגה"צ רבי העניך אשכנזי אב"ד אבני צדק.


נאכמיטאג נאך מנחה האט זיך די רבי שליט''א געזעצט צום טיש און מען האט געזינגען מערערע ניגוני יו''ט, דער רבי האט געוואונטשן לחיים פאר די חברה קדישא, כנהוג, און פארן גאנצן ציבור. נאכן זמן האט די רבי שליט''א געזאגט ברוך המבדיל און משמיע געווען דב''ק אויף א מייק, זייענדיג מעורר רחמים אויף פיל השפעות און חסדים מגולים, שפע פרנסה און א געזונטן זומער און מסיים געווען ברוב ברכות. די רבי שליט"א האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן 'חסל סידור פסח' א לענגערע צייט און ביים ענדיגן האט דער רבי פארגעזאגט דריי מאל 'לשנה הבאה בירושלים' כנהוג. 


נאך הבדלה האט דער רבי געוואונטשן פארן גאנצן עולם א גוטע וואך און א געזונטן זומער, און מען האט ארויס באגלייט דעם רבי'ן בשירה וזמרה. תיכף ביים אהנקומען אהיים לביתו נאוה קודש האט די רבי שליט''א צוריק געקויפט די חמץ פונעם גוי.






















































תגובות


bottom of page