top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מראחמיסטריווקא ספרינג וואלי ערווארטעט אויף ביקור מרומם אין ארה"ק; שב"ק כי תצא אין בית שמש

מוצאי שבת פ' שופטים • ד' אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש

 

די וואך פ' כי תצא וועט כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א פון ספרינג וואלי אונטערנעמען א געהויבענעם באזוך קיין ארץ ישראל, און פראווען אן ערשטמאליגער שבת מרומם אינעם עיר ואם בישראל בית שמש. די רבי שליט"א קומט צו פארן לכבוד עטליכע משפחה שמחות, די חתונה בבית אחיו הרה"צ רבי פנחס אהרן טווערסקי שליט"א די וואך פ' כי תצא און די חתונה בבית גיסו הגה"צ ר' אהרן טווערסקי אבד"ק טשערנאביל ירושלים בן כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א מיט די כלה אן אייניקל פון מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א וואס קומט פאר די נאכפאלגענדע וואך פ' כי תבוא אין קרית וויזניץ.


די רבי שליט"א קומט אן קיין ארצינו הקדושה קומענדיגן דינסטאג צופרי און וועט זיך אויפהאלטן איבער די וואך אין עיה"ק ירושלים בבית אמו הרבנית תליט"א, אין לויף פון די וואך וועט די רבי מתפלל זיין ביי די מקומות הקדושים אינאיינעם מיט די בחורי החבורות וואס לערנען אין די ישיבות אין ארץ ישראל, און עס וועט זיין זמני כניסה אריינצוגיין מיט קוויטלעך להיפקד בדבר ישועה ורחמים לקראת די הייליגע טעג.


אויף דעם קומענדיגן שבת פ' כי תצא וועט די רבי שליט"א זיין צוגאסט אין שטאט בית שמש לכבוד די שבת שבע ברכות בבית אחיו הרה"צ רבי פנחס אהרן טווערסקי שליט"א אין די היימישע קריה 'נחלה ומנוחה', א גרויסער שאטער ווערט אויפגעשטעלט אין חצר פון תלמוד תורה תורת עולם פאר די תפילות און טישן וואס וועלן פארגעקומען אויף א גרויסן פארנעם ברוב עם הדרת מלך, זייענדיג דאס ערשטע מאל וואס די רבי פראוועט א שבת אין ארץ ישראל, נאכן איבערנעמען די כתר ההנהגה מיט א יאהר צוריק.

Commentaires


bottom of page