דינסטאג וירא • י"א חשון תשפ"ה | בחצרות הקודש
על פי קריאתם פון די גדולי ומנהיגי הדור בארץ ובגולה איז נעכטן באשטימט געווארן א יום תפילה עולמי וואו מען האט אינאיינעם מיט א כח הרבים מתפלל געווען און איינגעריסן וועלטן לביטול רוע הגזירה, אין ליכט פון די שווערע מלחמה צושטאנד וואס הערשט בארצינו הקדושה.
אין אלע בתי מדרשים, היכלי הישיבות והכוללים און מוסדות התורה והחינוך האט מען זיך פארזאמלט אויף מעמדי תפילה זעקה ותחנונים להעביר את רוע הגזירה און מתפלל זיין פאר די פארכאפטע משכונות וועלכע געפונען זיך נאך אלס בידי זרים ימח שמם.
בעת נעילת שער פונעם יום תפילה איז אפגעהאלטן געווארן א מעמד תפילה רבתי במעונו פונעם זקן ויושב בישיבה הגאון האדיר רבי דב לאנדא שליט"א ראש ישיבת סלאבאדקע וואו א צאל גדולי ישראל, אדמור"ים רבנים וראשי הישיבת האבן זיך צוזאמגענימען ביי א מנין תפילה וזעקה, וועלכע איז אריבעגעפירט געווארן דורך א הוק-אפ צו מערערע קהילות הקודש אום תורה צענטערן איבער די וועלט, ווי עמך בית ישראל האבן זיך מצטרף געוועהן צו די תפילות פון די עיני העדה, אויסצושרייען אולי יחוס עם עני ואביון אולי ירחם.
די גדולי ישראל וועלכע האבן זיך משתתף געוועהן ביים עצרת זענען געווען כ"ק האדמורי"ם ממודזיץ און אלכסנדר שליט"א, הגאון הגדול רבי יצחק זילבערשטיין גאב"ד רמת אלחנן, און רבני העיר בני ברק הגאון רבי שבח צבי ראזנבלאט און הגאון רבי מסעוד בן שמעון שליט"א.
אין א זעלטענע ערשיינונג האט די ראש ישיבה זעלבסט יורד געווען לפני התיבה מיט גרויס בכיות זייענדיג מעורר רחמי שמים מרובים, ער האט פארגעזאגט פרקי תהילים פסוק בפסוק, נאכגעפאלגט מיט אמירת סליחות בהתעוררות רב דורך הגאון רבי יצחק זילבערשטיין רב שכונת רמת אלחנן און הגאון רבי שבח צבי רוזנבלאט מרבני העיר בני ברק, און קבלת עול מלכות שמים פארגעזאגט דורך הגאון רבי מסעוד בן שמעון, צום שלוס האט כ"ק אדמו"ר מאלכסנדר שליט"א פארגעזאגט די תפילה פון אחינו כל בית ישראל און איינגעריסן למען ישועתן של ישראל.
コメント