זונטאג לך לך • ב' חשון תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: י. שטיין, JDN
פאריגע וואך דאנערשטאג איז אפגעהאלטן געווארן אין שיכון סקווירא א מלכות'דיגע אויפנאמע, אין עהרע פון דער הויכגעשעצטער ספיקער אוו די האוז מייק דזשאנסאן, וועלכער איז דער דריטער מאכטפולער פערזאן אין די פאראייניגטע שטאטן וועלכער איז אנגעקומען אויף א באזוך צו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א אין בעפארגרייטונג צו די אמעריקאנע וואלן דעם דינסטאג.
אנקומענדיג אין שטעטל זענען די באאמטע אויפגענומען געווארן מיט'ן פאסיגן כבודה של מלכות דורך די ראשי הנהלת העיר והקהלה, וועלכע האבן זיי באגלייט אויף א טור אינעם נייעם בנין ביהמ"ד הגדול, סיי אינעם היכל און סיי אינעם אונטערשטן טשאק, וואו ס'איז דערביי אויך אנוועזנד געווען איינער פון די פאליטישאנס אין ראקלענד קאונטי, ביל וועבער.
נאכדעם איז מען אריין בקודש פנימה ביים סקווערער רבי'ן שליט"א וואו ס'האט זיך אנטוויקלט א שמועס איבער'ן גזירת החינוך אין ניו יארק, און באזונדער האט דער רבי אויפגעברענגט דעם ווייטאגליכן נושא פון קינדערלאזע פארפעלקער, וואס זיי קענען נישט באקומען שטאטישע הילף פאר דאקטוירים אין דעם נושא, און דער עסקן ר' משה מארגארעטן, פון די סקווירא חסידים אין וויליאמסבורג, יו"ר פון די "צדק" ארגאניזאציע, האט זיך אריינגעלייגט צו פארמירן א נייעם געזעץ וואס זאל ערמעגליכן רעגירונגס הילף, און די אויגן פון כלל ישראל איז געוואנדן צו די פאליטישע באאמטע צו העלפן דעם געזעץ דורכגיין.
ווי אויך האט דער רבי ערווענט איבער'ן נייעם סקווירא שטעטל אין "בעטאל" ניו יארק, וואו ס'איז אויך געווען אנוועזנד דער יו"ר פונעם נייעם שטעטל העסקן ר' משה פריעזל, און ס'איז אויסגעשמועסט געווארן די וויכטיגע געברויכן וואס פעלט זיך אויס אוועקצושטעלן דעם נייעם ישוב. צום שלוס האט דער רבי אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר אלע באאמטע, ברכה והצלחה אין אלע זייערע פעולות.
ותטה לב המלכות עלינו לטובה
Comentarios