top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קרית יואל • גיגאנטישער בנין התלמוד תורה 'בנין קליין' פייערליך נתחנך געווארן | רייכע דעקונג

מיטוואך פ' נשא א' - ה' סיון תשפ"ג | קול בחצרות

בילדער קרעדיט: היימשטאט קרית יואל


ברגשי שמחה וגיל איז נעכטן זונטיג ראש חודש סיוון געפראוועט געווארן די געהויבענע מעמד קביעת מזוזות פאר די נייע בנין התלמוד תורה המפואר 'בנין קליין' אין עיר הצדק קרית יואל וואָס איז בסייעתא דשמייא נאך לענגערע יארן פון עמל ויגיעה נתחנך געוואָרן אַהערגעשטעלט ברוב פּאר והדר כלול בהדרו בנדבת לבו הטוב פון הנגיד ר' עקיבא צבי קליין.


די מעמד איז פארגעקומען אין שפוץ פונעם מרא דאתרא ונשיא המוסדות כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, ווי עס זענען געלאַדענט געוואָרן די חשוב'ע נדבנים פון די כתות, עס זאַלן און די בתי מדרשים, אזוי אויך האבן זיך באטייליגט די תלמידי כתה ט' סניף הר"ר בנימין בער בערקאוויטש וואס זענען פלאצירט אינעם בנין.


אום 10:00 אינדערפרי האט זיך געעפענט די טויערן פונעם בנין המפואר ווי עס איז פארגעקומען אויף א רייכע פארנעם די מעמד 'פת שחרית וסעודת ראש חודש' פאר די 1,500 בוני הבית וועלכע האבן געהאט די זכיה זיך צו אהנשליסן מיטן סכום פון 1,800 דאלער, לטובת דעם נייעם בנין, עס איז פארגעקומען אין די פראכטפול 'גינת קליין' זאלן, אויך איז געווען א געלעגנהייט פאר אלע נדבנים בוני הבנין ארומצוגיין באזוכן דעם גאנצן בנין האדיר, צוזעענדיג דעם רחבות וואָס שפּראַלט אַרויס פון יעדעס ווינקל, ווען מ'קומט ענדליך אל הנחלה ואל המנוחה אין דעם נייעם שיינעם גרויסן בנין צו קענען מחנך זיין די ילדי חמד בדרך הסלולה מדור דור.


ארום 1:30 איז כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א ערשינען אינעם מבצר האדיר צום 'מעמד קביעת מזוזה ומסיבת לחיים', ביים אנקומען האט דער רבי קובע מזוזה געווען אויפן הויפט אריינגאנג, און איז דערנאך אריין אין די הערליכע שמחה זאלן 'גני קליין' אויף די ערשטע שטאק ווי עס איז פארגעקומען די מסיבת לחיים.


מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, און הרה"ח ר' שמעון משה קעפעטש חבר הנהלת המוסדות האט אויפגעטרעטן מיט פאסיגע דיבורים. דער מנהל הר"ר בנימין בער האט איבערגעגעבן פארן רבי'ן א מתנה פון איבער 2,500 טויזענט שעות רציפות, וואס די בחורים האבן זיך צוגעגרייט במשך די לעצטע וואך כהכנה דרבה צום חנוכת הבית.


די רבי שליט''א האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן בונה ומקים הבנין הרבני הנגיד ר' עקיבא הערש קליין און פארן גאנצן ציבור, און דאן משמיע געווען דברות קודש ארויסברענגענדיג די חשיבות פון מחזיקי התורה ובפרט פון בעלי בתים און אברכים וואס האבן זיך אנגעשטרענגט מיטן געבן די סכום פון 1,800 דאלער און מיט דעם איז מען אנגעקומען צו ריזיגע סכומים, און דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר אלע נדבנים הקטנים עם הגדולים.


נאך די מסיבת לחיים איז דער רבי אראפ אויפן אינטערשטן שטאק צו די פראכטפולע חתונה זאל 'גינת קליין', ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט אינעם גאנצן זאל אין באגלייטונג פונעם חשובן נדבן הרבני הנגיד ר' עקיבא הערש און הרה"ח ר' שלמה זלמן ווייס הי"ו אדמיניסטראטער פון די מוסדות, די רבי האט זיך אויך אומגעקוקט אין די גרויסע קאך און אין אלע צומערן אינעם זאל.


פארלאפענעם דאנערשטיג ערב ר"ח סיוון מוקדם האבן די ילדי החמד באנייט דעם נייעם בנין האדיר, ווען נאָכ'ן זיך פלאַצירן אין די נייע חדרים, האבן זיך די תלמידים צוזאמגענימען אינעם נייעם פראַכטפולן חתונה זאל "גינת קליין" וואו עס איז אפגעהאלטן געווארן א סּפעציעלער מעמד התעוררות רחמים, ווי די קונדער האבן אינעיינעם געזאגט די תפילת השל"ה און מען האט דערביי געהערט דרשות פון די חשובע מנהלים איבער דאָס גרויסקייט פון דעם טאָג.


ומחיל אל חיל גרייט מען זיך צום צענטראלער מסיבת חנוכת הבית פון דעם נייעם בנין וואס וועט געפייערט ווערן ברוב פאר והדר דעם קומעדיגן זינטיג אסרו חג שבועות הבעל"ט.














Commentaires


bottom of page