top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הארצרייסענדע בריוו אין ראחמיסטריווקא‎



היינטיגן מאנטאג וועט געפראוועט געווארן אויף אן פריוואטע פארנעם די שמחת החתונה פון יונגסטן קינד ביי הרה"צ ר' דוד משה טווערסקי שליט"א עלטסטן זון פון כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א. דאס קומט אין די זעלבע צייט וואס חסידי ראחמיסטריווקא זענען אנגעפולט מיט פרייד נאך די ערהוילונג למעלה מדרך הטבע פון די אם החתן הרבנית אשת הרה"צ ר' דוד משה שליט"א, וועלכע האט זיך וואונדערליך ערהוילט העכער אלע ערווארטונגען נאכ'ן זיין פארשלאפט אין לויף פון די לעצטע צוויי חדשים אין א קריטישע צושטאנד ווערנדיג שווער באטראפן פון די כינע וויירוס. צוליב די יעצטיגע מצב וועט די חתונה געפראוועט ווערן פריוואט אין בנין התלמוד תורה אין בארא פארק און די חסידים וועלן זיך מיטפרייען מארגען דינסטאג ביים גרויסארטיגן שבע ברכות ווי מ'האפט אז עס וועלן נישט זיין קיין מוסרים און די שמחה וועט נישט צושטערט ווערן בעז"ה.





Commenti


bottom of page