top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

התכנסות תלמידי וחסידי בית יוסף צבי בארה"ב ביים שבע ברכות לרגל השמחה בבית האד' מדושינסקיא

זונטאג פ' תולדות • כ"ח חשון תשפ"ד | בחצרות הקודש

מיט געהויבענע געפילן האבן הונדערטער תלמידי וחסידי דושינסקיא אין אמעריקא מיטגעהאלטן דעם צענטראלן שמחת השבע ברכות לרגל די שמחה אינעם רבינס הויף אינאיינעם מיטן התכנסות תלמידי וחסידי בית יוסף צבי, וואס איז פארגעקומען דעם פארגאנגענעם וואך זינטאג אין די זאלן פון עטרת גאלדא אין בארא פארק.


די שמחה איז צוגעשטעלט געווארן דורך הנהלת התאחדות התלמידים דושינסקיא בארצות הברית, אין צוזאמענארבעט מיט די הנהלת מוסדות דושינסקיא בארה"ק אין האט צוזאמגעברעגנט הונדערטער תלמידים און חסידים, וואס ווארעמען זיך לאורו הגדול פונעם דושינסקיא רבי'ן שליט"א - תושבי ניו יארק און ניו דזשערזי.

עס האבן מהנה געווען בשירה וזמרה די ראשי המשוררים בחצר דושינסקיא, האחים ניילענדער אינאיינעם מיטן בעל מנגן ר' משולם גרינבערגער, וועלכע זענען ספעציעל געקומען צו פארן קיין אמעריקע מהנה צו זיין ביים דעם שיינעם מאורע.


געעפענט די מעמד האט פה מפיק מרגליות הרה"ג ר' אהרן שמואל גערמאן ר"מ בישיבת כרם שלמה דבאבוב, וועלכע האט בסיום דבריו איבערגעגעבן פארן רבי'ן א מנחת ביכורים פון די הונדערטער אינגעלייט וואס זענען אנגעשלאסן אין די חבורות אין האבן מקבל געוועהן קבלות טובות לחיזוק לימוד התורה אום שבתים וימים טובים וואס די רבי שליט''א האט לעצטענס מערערע מאל אויפגעפאדערט פון די אינגעלייט.


דאן האט מען געהערט די משא המעמד פין הגה"צ רבי אהרן שמואל דושינסקיא שליט''א ראש הישיבה, נאכגעפאלגט מיטן דבר ה' מירושלים די דברות קודש פונעם רבי'ן שליט''א לכבוד העם הנאספים, די רבי האט פערזענליך געדאנקט די אלע וועלכע האבן זיך מטריח געווען זיך משתתף צו זיין ביי די שמחה, אין האט ארומגערט בשבחו פין בנו חביבו דער מחותן הגה''צ רבי דוד דוב וואס געבט זיך אוועק בלב ונפש פאר די מוסדות הקדושים כאטש וואס ער איז אליין טרוד מיט זיין אייגענעם קהילה לשם ולתפארת.


דאן האט אויפגעטראטן דער משמח אלוקים ואנשים ר' נחמן ליווי מיט דברי בדחנות לכבוד שמחת חתן וכלה.


במשך די שמחה האט די רבי פארטיילט כוס של ברכה פאר א צאל עסקנים אישי ציבור אין נגידים צווישן זיי הנגיד ר' ליפא פריעדמאן מגדולי תומכי קרית הישיבה דושינסקיא אין אלעד, העסקן הרה"ח ר' בעריש פריילעך, הנגיד ר' יעקב אבעלעס, העסקן בנש"ק ר' אהרן כץ, אין הנגיד ר' שמואל דוד הערצאג אייגנטומער פון די קדם וויין פירמע מגדולי תומכי המוסדות.

מיטן בענטשן האט די רבי מכבד געווען זיין פעטער הגה"צ ר' נחום מאיר גערמאן ר''מ במתיבתא דבאבוב, זעקס ברכות די זיידע הגה''צ אב''ד סאטמאר מאנסי, אין ברכה אחריתה די זיידע הגה''צ אב''ד טאמאשוב שליט''א.


דערנאך איז די רבי אראפ אין געטאנצן אינאיינעם מיט כל הקהל הקודש, מיט די חתן אין די בני המשפחה. אין א ספעציעלער ריקוד מיט העסקן ר' אלימלך כץ מראשי התאחדות תלמידי דושינסקיא בארה"ב. צום שלוס פונעם שמחה איז דער גאנצער ציבור אריבער זיך געזעגענען ביים רבי'ן און וואונטשן מזל טוב.
































































留言


bottom of page