top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הנה מלכך בא: חסידי באבוב אין אנטווערפן אין פייערליכע הכנות לקבל פני מלכם ומאורם האד' מבאבוב

דאנשטאג פ' ויקהל • כ' אדר תשפ"ה | בחצרות הקודש

 

אלפי חסידי באבוב זענען איינגעהילט אין פייערליכע רגשי הכנה ווען בלויז אייניגע טעג טיילט אפ צו די היסטארישע מסע הקודש וואס כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א נעמט אונטער קיין אנטווערפן, א נסיעה וואס וועט פארוואנדלט ווערן אלס ימי אורה והתעלות פאר באבוב'ער חסידים פון איבער גאנץ אייראפע, און הונדערטער חסידים וואס קומען צו פארן פון אמעריקע מיטלעבן די ימי ביקורי ענבים בצלא קדישא פונעם רבי'ן שליט"א.


שטורמישע הכנות רוישן זיך אינעם גרויסן באבוב'ער ביהמ"ד אין אנטווערפן וואס גייט אריבער א העפטיגע רענאוואציע מבית ומבחוץ לפאר ולרומם בית ה' לקראת הביקור, ובפרט אינעם חלק פון מרחיב זיין די גבולי בית ה', ווען די גאנצע וואנט פון צד דרומית פונעם בנין הביהמ"ד ווערט אראפגעבראכן, און באהאפטן צו דעם וועט אויפגעשטעלט ווערן א גיגאנטישער שאטער אויפ'ן גאנצן שטח הגדול פונעם חצר הביהמ"ד, והיה המשכן אחד, וועט דער שאטער אינאיינעם מיט'ן היכל ביהמ"ד, אקאמאדירן דעם ריזן ציבור במשך אלע מעמדי קודש. ווי אויך האט מען אינעם בנין ביהמ"ד הגדול געלאזט אויפבויען א נייעם הערליכן חדר מיוחד פאר'ן רבי'ן.


הונדערטער חסידים פון ארץ ישראל, אמעריקע און קאנאדא האבן שוין געמאכט פליגער-רעזערוואציעס אנצוקומען קיין אנטווערפען צום ביקור הוד, און די עסקני וועד הנסיעה האט ארויסגעדינגען עטליכע האטעלן אין אנטווערפן צו פלאצירן די פילע געסט.


דער רבי שליט"א וועט זיך ארויסלאזן לדרכו צלחה דעם קומענדיגן זונטאג פקודי אויפדערנאכט, און מאנטאג צופרי לאנדן אין בריסל בעלגיע. אנקומענדיג לשערי עיר אנטווערפן וועט דער רבי תיכף צוגעפארן צום אכסנית כבוד אין שטוב פון הרה"ג ר' דוד נויגרעשל שליט"א מחשובי חסידי פשעווארסק און מרביץ תורה אין אנטווערפן. קורצליך דערויף וועט דער רבי שליט"א צופארן לביתו נאוה קודש פון כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א און אפרעכטן א ביקור קודש, וואס דאס איז איינע פון די מטרות פון די נסיעה, זיך צו טרעפן מיט ידידו וריעו מאז ומקדם דער פשעווארסקער רבי שליט"א.


שפעטער אום זעקס אזייגער נאכמיטאג וועט אפגעהאלטן ווערן דער פייערליכער מעמד "קבלת שלום" אינעם ביהמ"ד הגדול, וואו דער ציבור וועט זוכה זיין לקבל את פני הקודש און אריבערגיין שלום נעמען.


שפעטער ביינאכט וועט אפגעראכטן ווערן די גראנדיעזע דינער רבתי לטובת "כולל חבת ירושלים" לצדקת רבי מאיר בעל הנס בארה"ק, אין די זאלן פון "בית רחל", וואס וועט באשיינט ווערן אין שפיץ פון די צוויי נשיאי הכולל כ"ק האדמורי"ם מבאבוב און פשעווארסק, און מ'וועט זוכה זיין צו הערן די דברי ברכה פונעם פשעווארסקער רבי'ן, און די צענטראלע דברות קודש דורכ'ן אורח הדגול דער באבוב'ער רב שליט"א.


פארגאנגענע וואך איז דער מנהל הכולל הרב בעריש רובין שליט"א אריין לקודש פנימה ביים באבוב'ער רב שליט"א איבערגעבן די הזמנת כבוד אונטערגעשריבן דורך אלע חברי הכולל. ווי אויך איז דער מנהל הכולל שוין אריבערגעפארן קיין אנטווערפן אנצוגרייטן דעם מעמד הנהדר בהתאסף ראשי עם יחד שבטי ישראל.


דינסטאג צופרי וועט דער רבי שליט"א דאווענען שחרית אין ביהמ"ד הגדול, און באלד דערויף וועט פארקומען דער מעמד "סיום כתיבת ספר תורה" פאר די נייע ספר תורה וואס די גאנצע באבוב'ע קהלה אין אנטווערפן האט געלאזט שרייבן לע"נ דעם אומפארגעסליכן אלוף לראשם הגה"צ רבי משה האלבערשטאם זצ"ל רב דחסידי באבוב אין אנטווערפן. שפעטער אין טאג וועט די ספר תורה ארויסגעפירט ווערן לרחובה של עיר, מבית הרה"ג ר' עמרם העניג שליט"א דומ"ץ קהל מחזיקי הדת אנטווערפן, און באגלייט ווערן בתופים ומחולות דורך אלפי תושבי העיר.


אין היכל הביהמ"ד וועט דער רבי שליט"א מעריך זיין די פלאם פייערדיגע ריקודין עלאין און משמיע זיין דעם "דרוש הכנסת ספר תורה" כמנהג באבוב.


שפעטער ביינאכט וועט פארקומען די סעודה לגומרה של תורה אינאיינעם מיטן כינוס חסידי באבוב, אינעם בעלזער זאל אין שטאט, וואו דער רבי שליט"א וועט משמיע זיין דברות קודש והדרכה פאר עדת צאן מרעיתו תושבי העיר.


מיטוואך צופרי נאך שחרית וועט זיך דער רבי שליט"א ארויסלאזן על אם הדרך אהיים למעון קדשו אין בארא פארק, איבערלאזנדיג א רישומא קדישא פון די ימי הביקור וואס וועט אויף לאנג געדענקט ווערן בקרב העיר.


Comentarios


bottom of page