top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שבע ברכות רבתי בשמחת בית סקאליע אפגעראכטן אין נייע פראכטפולע שמחה-זאל אין ת"ת סקאליע

זונטאג פ' צו • ח' ניסן תשפ"ה | בחצרות הקודש

 

נאכפאלגענדיג די ימי השמחה בחצר הקודש סקאליע, איז דעם דאנערשטאג נאכט אפגעראכטן געווארן די צענטראלע שבע ברכות לרגל די חתונה פון אן אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מסקאליע שליט"א, החתן בן לבנו הגה"צ המשפיע רבי ברוך פינחס גאלדשטיין שליט"א אב"ד סקאליע ב"פ, מיט הכלה בת הרה"ג  ר' משה אהרן פילאף שליט"א אב"ד פרעמישלאן פלעטבוש ונכדת הגה"צ אב"ד טשענגער לאנדאן שליט"א.


די שמחה איז אפגעראכטן געווארן ברוב פאר והדר אין די נייע סקאליע תלמוד תורה זאל אויף מאקדאנעלד ביי די אכצענטע עוועניו אין בארא פארק, ווען אויפן אויבן אן האבן באשיינט א רייע אדמורי"ם ורבנים, צווישן זיי: כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א, כ"ק אדמו"ר מסערדאהעלי שליט"א, כ"ק אדמו"ר מוויזניץ בארא פארק שליט"א, כ"ק אדמו"ר מסקווירא מב"פ שליט"א, כ"ק אדמו"ר מאלעסק שליט"א, און הגה"צ ר' חיים אלעזר ראבינאוויטש שליט"א ראש ישיבת מונקאטש בשליחת הקודש פון אביו כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א.


דער רבי שליט"א האט מכבד געווען די אדמורי"ם מיט לחיים און זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים און דערנאך ארויסבאגלייט ביותרת הכבוד. אויפן וועג ארויסגייענדיג, איז כ"ק אדמו"ר מוויזניץ בארא פארק שליט"א מכובד געווארן קובע צו זיין א מזוזה אויף איינע פון די אריינגענג צום בנין הת"ת, און דערנאך האט דער רבי געוואונטשן ברכת קדשו פאר די הנהלת המוסדות און די עסקני הקהלה.






























Comments


bottom of page