top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

סיום הזמן: ראש הישיבה הגאון רבי דוב לאנדא אדרעסריט ביטערע גזירת הגיוס מיט וויכטיגע אנווייזונגען פאר בני הישיבות

מאנטאג פ' ויקרא • ב' ניסן תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר

 

אין אן ערשטמאליגע שריט האט מרן ראש הישיבה הגאון האדיר רבי דוב לאנדא שליט"א זיך באצויגן ברבים צו די יעצטיגע מצב אין ארץ ישראל, אונטערן שאטן פון די ביטערע גזירת הגיוס.


נעכטן זונטאג האט דער ראש ישיבה אויפגעטרעטן מיט א שיעור 'פתיחה לישיבת בין הזמנים' אין בית הכנסת בית השם אין בני ברק, וואו ער האט זיך בתוך דבריו באצויגן מיט דברים קילורין לעינים, איבער די יעצטיגע חובת השעה.


דער ראש ישיבה האט קלארגעשטעלט, אז אין די יעצטיגע שעת שמד, ווען די מדינת ישראל רעגירונג זוכט זיך צו פארלייגן אויף די בחורי חמד, דארף מען זיך האלטן פעלזן פעסט צו די הוראות הקודש און דעת תורה פון אלע גדולי ישראל און זיך בשום אופן נישט שטעלן צום לשכת הגיוס, נישט חתמנ'ן קיין שום דאקומענטן וואס האבן שייכות צום מיליטער, נישט ענטפערן זייערע טעלעפאנען און זיך בכלל נישט וויסענדיג מאכן פון זיי. אזוי אויך האט דער ראש ישיבה שטארק אויפגעפאדערט די בחורים, אז מ'זאל זיין געווארענט און זיכער מאכן נישט צו קומען אונטער די שפירן פון די אינסטאנצן, וואס נעמט אריין, זיך נישט צו דרייען אין לופטפעלד אדער ביי די גרעניצן, ווייל דאס האט שוין גורם געוועהן פארשידענע עגמת נפש אין די פארגאנגענהייט.


צווישן אנדערע האט דער ראש ישיבה אויך מעורר געווען אז די בחורים זאלן ארויסהעלפן מיט די שטוב ווירטשאפט לכבוד חג הפסח, און פרובירן אריינצוברענגען א ווארימע געשמאקע אטמאספערע אין שטוב. דער ראש ישיבה האט זיך אויסגעדרוקט במתק לשונו, אז ס'איז מותר צו מאכן א ווערטל כדי פרייליך צו מאכן די עלטערן.


דער ראש ישיבה האט פארענדיגט זיין פייערדיגע דרשה, מיט א בקשה אז בזכות לימוד התורה, זאל דער אויבערטשער מבטל זיין אלע גזירות און עס זאל שוין מקויים ווערן דעם 'לא ימוש ספר התורה הזה מפיך'.
































































Comments


bottom of page