top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מי יתן מציון: הכנה דרבה צו מסע הקודש דורך האד' מסלאנים צו ערי אבותיו הק' סלאנים און קאברין

מאנטאג פרשת שמיני • כ"ג ניסן תשפ"ה | בחצרות הקודש

 

חסידי סלאנים אומעטום גרייטן זיך מיט התרגשות עילאה צו די מסע הקודש דורכ'ן רועה נאמן כ"ק אדמו"ר מסלאנים שליט"א לעיר האבות "סלאנים" אינאיינעם מיט נאנט צו 100 חסידים נדיבים בעם, וואס האבן בייגעשטייערט גרעסערע סכומים פאר'ן מגבית "פנת יקרת" למען בית מדרשו הגדול פונעם רבי'ן שליט"א אין בני ברק.


די שטאט "סלאנים" טראגט א הייליגע היסטאריע און איז דורכגעזאפט מיט די קדושה עילאה פון די צדיקי בית סלאנים לדורותם, און דארט געפינט זיך דער ציון המציונת פונעם הייליגן יסוד העבודה זי"ע, דער אייניקל הרה"ק ר' ישכר לייב מסלאנים, און דער ברודער הרה"ק בעל בית אברהם זי"ע.


ביי די צווייטע וועלט מלחמה איז דער אהל הק' חרוב געווארן דורך די רשעים, און מיט ארום 30 יאר צוריק האט דער סלאנימער רבי שליט"א געטראפן דעם מקום בערך וואו ס'האבן זיך געפינען די ציונים הקדושים, און מיט 6 יאר צוריק, בשנת תשע"ט, נאך לענגערע יארן פון גרינטליכע פארש ארבעט האט מען געטראפן די פונקטליכע פלעצער פון די קברים, און גראבנדיג טיף האט מען געטראפן די אריגינעלע יסודות פון די אהל הק' מיט די דריי קברים וואס זענען דארט געווען ליגן איינס נעבן צווייטן אומבארירט. ווי אויך האט מען דאן געטראפן חפצי קודש וואס האט געהער צו די אהל, האט מען געטראפן אין די ערד באגראבן.


בשעתו זעקס יאר צוריק האט מען געשטעלט די נייע מצבות על קברי האבות, ביי א ספעציעלע נסיעה וואס דער רבי שליט"א האט דאן אפגעראכטן, אינאיינעם מיט א מעמד "הנחת אבן הפנה" פאר'ן בנין הכנסת אורחים אין שטאט סלאנים, וואס איז א יאר שפעטער באנייט געווארן ברוב פאר והדר, בראשות פונעם רבי'ן שליט"א.


ביי די יעצטיגע מסע הקודש וועט זיך אפשפילן היסטאריע אין שטאט סלאנים, ווען צום ערשטן מאל זינט די קריג וועט אפגעראכטן ווערן א "שבת קודש" בתוככי העיר, און דער רבי שליט"א וועט מעריך זיין בקרב עם סגולה א גאר געהויבענעם שבת מבואו ועד צאתו, אינעם פרעכטיגן בנין הכנסת אורחים, וואס וועט ווירבלען מיט די פילצאליגע געסט חסידים ואנשי מעשה וואס וועלן זוכה זיין מיטצולעבן די ימי אורה בעיר האבות סלאנים.


דער רבי שליט"א לאזט זיך ארויס אויף די נסיעה דעם מיטוואך שמיני, און שב"ק וועט דער רבי אפרעכטן די געהויבענע תפילות און טישן ברוב עם הדרת מלך אין שטאט סלאנים.


זונטאג וועט דער רבי ארויפגיין צום אהל הק' בראש קהל חסידיו און מתפלל זיין ביי די הייליגע זיידעס, ספעציעל ביים ציון הק' פונעם בעל הילולא הרה"ק ר' ישכר לייב וואס געפאלט שבת, כ"ח ניסן.


שפעטער אין טאג וועט וועט זיך דער רבי ארויסלאזן צו די שטאט "קאברין" און פוקד זיין ביים ציון הק' פון הרה"ק רבי משה קאברינער זי"ע לרגל די הילולא קדישא וואס געפאלט בו ביום.


דערנאך וועט זיך דער רבי אומקערן קיין סלאנים, און פוקד זיין ביים ציון הק' פונעם בית אברהם זי"ע לרגל די הילולא וואס געפאלט מאנטאג, ר"ח אייר, און צוליב ר"ח וועט מען ארויפגיין ער"ח.


אין די יעצטיגע טעג געפינען זיך שוין די עסקני וועד הנסיעה אין שטאט סלאנים, איינצורישן די אש"ל מלא און אלעס ארום צו מסדר זיין אלע פרטי הנסיעה על צד היותר טוב.

Comments


bottom of page