top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

במערות צורים: שרי התורה חברי בד"ץ עדה החרדית אפגעשטאט ביי מערות קבורה אונטער "הר המנוחות"

מיטוואך פ' פקודי • כ''ו אדר תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער

 

אין א זעלטענע ערשיינונג האבן די שרי התורה הרבנים הגאונים שליט"א חברי הביד"ץ עדה החרדית אפגעראכטן אן אייגנארטיגער באזוך אין די נייע אונטערערדישע היילן ביים "הר המנוחות" אין ירושלים, וואו ס'איז די לעצטערע יארן צוגעלייגט געווארן פרישע מקומות קבורה אינערהאלב דעם בית החיים, נאכדעם וואס מ'איז שוין כמעט אויסגעלאפן פון פלאץ אין די געווענליכע מקומות קבורה אויפ'ן ערד אויבערפלאך.


נאך בשנת תשע"ז האבן די מנהלי חברה קדישא ערהאלטן די פולקאמע אישור פונעם ביד"ץ, ובראשם הגה"ק גאב"ד ירושלים זצ"ל בעל שערי טובי', ולהבחל"ח חברי הביד"ץ שליט"א, נאכדעם וואס זיי האבן בשעתו באזוכט ביים ארט, און דאן ארויסגעגעבן דעם פסק הלכה אז די היילן זענען אויסגעהאלטן עפ"י הלכה צו נוצן פאר קבורה, ועל פיהם האט מען טאקע שוין די לעצטע צוויי יאר פאקטיש אריינגעברענגט אין באנוץ די היילן, וואו גדולים וטובים האבן שוין דארט געטראפן זייער מקום מנוחה לאחר אריכות ימים ושנותם.


אבער נאכדעם וואס ס'האבן זיך אנגעזאמלט אויפ'ן שלחן הביד"ץ מערערע שאלות פונעם ציבור, וואס איז נוגע דעם אופן פון מקבר זיין אין די היילן, און נאך פארשידענע שאלות איבער'ן כשרות הקבורה אין אזעלכע סארט מקומות, האבן די חברי הביד"ץ זיך מטריח געווען בטירחא דגברא רבא און פערזענליך זיך אראפגעשלעפט אין די טיפע היילן מתחת לקרקע ירושלים, צו זען מיט די אייגענע אויגן דעם פלאץ, און דערויף ארויסגעבן דעם דבר ה' זו הלכה.


דער באזוך איז באשטימט געווארן אויף דעם פארלאפענעם מאנטאג פקודי, און א טאג פריער, זונטאג נאכמיטאג, איז אפגעהאלטן געווארן א הרכב מלא אינעם לשכת הביד"ץ דורך אלע חברי הביד"ץ, דן צו זיין איבער דעם נושא, און צומארגנס איז מען אראפ אויפ'ן פלאץ, און פאר נאנט צו צוויי שעה האט מען בודק געווען אלע ענינים, און די חברי הביד"ץ האבן אויסגעדרוקט א שטארקע צופרידנהייט פונעם אופן הקבורה און דעם סדר המציאות אויפ'ן ארט, און באשטעטיגט דעם כשרות המקום והקבורה בלי שום פקפוק.


ארויסגייענדיג פון די היילן האבן די רבנים שליט"א זיך אפגעשטעלט ביים נייעם קבר פון הגאון רבי אהרן פישער זצ"ל רב שכונת זכרון משה, א זון פון הגאון האדיר רבי ישראל יעקב פישער זצ"ל ראב"ד ירושלים ובעל אבן ישראל, מ'האט געזאגט פרקי תהילים און דער ברודער הגאון הגדול רבי יהודה פישער שליט"א חבר הביד"ץ האט געזאגט קדיש.


Comments


bottom of page