top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אויסנאמליכע ווענדונג פון "קאלאמביע יוניווערסיטי" צו האד' מסקווירא נאך רדיפות קעגן אידישע סטודענטן

מאנטאג פ' פקודי • כ''ד אדר תשפ"ה | בחצרות הקודש

 

אין די יעצטיגע טעג האט הרה"צ רבי חיים מאיר טווערסקי שליט"א בנו הצעיר פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א פארעפנטליכט אן אינטערעסאנטע אנטוויקלונג וואס שפילט זיך אפ בקודש פנימה, ווען זיין פאטער דער סקווערער רבי שליט"א איז פארמישט אין אקטיווע אינטערווענץ אפצושטעלן א פלייץ פון אנטיסעמיטיזם אין די קאלאמביע יוניווערסיטי אין ניו יארק.


הרה"צ ר' חיים מאיר האט אויפגעדעקט די געשיכטע ביי א מעמד מיוחד פאר חסידי סקווירא מיט'ן נאמען "בריש גלי" לרגל סיום ספה"ק דגל מחנה אפרים, וואו ער האט בתוך דבריו בנעימים ארויסגעברענגט ווי מר אביו איז זיך מציר ודואג על צרות ישראל, און געבט זיך אוועק במסירת נפש צו העלפן אידישע קינדער בצר להם, סיי דעם אייגענעם ציבור חסידי סקווירא, און סיי פאר אידישע קינדער בכל מקום שהם, און אפילו ווען עס האנדלט זיך פון אפגעפרעמדעטע אידן, זארגט זיך דער רבי פאר זייער וואוילזיין און האט נישט קיין מנוחה ווען עס גייט פאר א איד עפעס נישט גוט.


איבער דעם האט רבי חיים מאיר דערציילט וואס איז פארגעקומען בלויז די פארגאנגענע טעג, ווען עס האט אים אנגערופן איינע פון די פירער פון די "קאלאמביע יוניווערסיטי" אין ניו יארק, וואס איז איינע פון די גרעסטע יוניווערסיטי'ס אין אמעריקע, מיט א בקשה אז דער סקווערער רבי זאל שתדל'ן און אויסנוצן זיינע פאליטישע קשרים אז די פעדעראלע רעגירונג זאל זיי צוריקגעבן די ריזן סומע פון 400 מיליאן דאלאר, וואס פרעזידענט טראמפ האט פון זיי לעצטנס געשניטן.


ווען ער איז אריין בקודש פנימה פארלייגן פאר'ן רבי'ן די בקשה, און ער האט געטראכט אז דער רבי וועט זיכער זיך צוכאפן צו די שתדלנות ווייל עס קען בויען גוטע קשרים מיט שפיטעלער, אין וואס די יונווערסיטי איז פארבינדן, און אזוי ארום צו קענען העלפן אידן אין שפיטעלער, האט אבער דער רבי איבערראשט, זאגנדיג אז צוערשט דארף מען מברר זיין פארוואס מ'האט אפגעשטעלט די געלטער, און ווען מ'האט פעסטגעשטעלט אז דאס קומט צוליב אן אנטיסעמיטישע ווינט וואס הערשט אינעם יונווערסיטי, און אידישע סטודענטן ווערן געטשעפעט און צעשלאגן, האט דער רבי געזאגט אז קודם דארף מען זען אז די רדיפות אויף אידן זאלן זיך שוין אפשטעלן, און נאכדעם קען מען זען ווי אזוי מ'קען זיי העלפן צוריקבאקומען די פאנדן.


רבי חיים מאיר האט צוגעענדיגט די געשיכטע, ארויסברענגענדיג מיט התפעלות, ווי פאר'ן טאטן, וועלכער איז אזוי מציר בצרתן של ישראל, אפילו פאר אידן וואס זענען גאר גאר ווייט פון אונז, האט נישט אינטערעסירט צו בויען פראטעקציע און חשבונות פון באקומען טובות פונעם יוניווערסיטי אינעם עתיד, נאר אויב זענען דא אידן וואס געפינען זיך בצער, אפילו זיי זענען ליידער נישט פרום, דאס איז פאר'ן רבי'ן וויכטיגער, און ער וועט זארגן אז אידישע קינדער זאלן זיך נישט געפינען בצער, בכל מקומות שהם.


Comments


bottom of page