מיטוואך פ' כי תשא • י''ב אדר תשפ"ה | בחצרות הקודש

מטעם בית מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א איז ענדגילטיג באשטעטיגט געווארן אז די דאקטוירים אין לאס אנדזשעלעס האבן באשטימט דעם קומענדיגן מאנטאג ויקהל ווען דער רבי שליט"א וועט בעז"ה אריבערגיין די קאמפליצירטע און גורל'דיגע אפעראציע.
ווי ברייט באריכטעט איז דער וויזניצער רבי אנגעקומען קיין לאס אנדזשעלעס מיט עטליכע וואכן צוריק, אבער צוליב די שטארקע חולשה ביים רבי'ן און אויפ'ן ראט פון די דאקטוירים האט מען אפגעשטופט די געפלאנטע אפערצאיע.
אצינד נאכדעם וואס די דאקטוירים האבן בודק געווען און דורכגעפירט אלע נויטיגע אונטערזוכונגען, האבן זיי באשטימט דעם אפעראציע אויף קומענדיגע וואך מאנטאג פ' ויקהל.
חסידי וויזניץ נעמען אויף די בשורה מיט ערנסטקייט, און גרייטן זיך דעם קומענדיגן מאנטאג מרבה צו זיין בתפלה ותחנונים פאר'ן רבי'נס געזונט, עוד יניב בשיבה דשנים ורעננים. לויט די יעצטיגער פלענער וועט דער רבי שליט"א אריינפארן אין שפיטאל פרייטאג ערב שבת פארמיטאג בעצם יום הפורים, וואו מען וועט אין לויף פון די נאכפאלגנדע 48 שעה דורכפירן די לעצטע טעסטס.
נאכ'ן דורכגיין די אפעראציע אין שפיטאל, וועט דער רבי אין די פארוויילן אין שפיטאל אויף עטליכע ערהוילונג טעג, ביז'ן צוריקקומען צו די כוחות. דערווייל איז נאכנישט קלאר אויב דער רבי וועט קענען אהיימקומען אויף יום טוב פסח.
אין אנדערע נייעס זיך וועלן זיך אלפי בחורי וויזניץ פון ארץ ישראל היינט נאכט ליל תענית אסתר פארזאמלען אויף א מעמד תפילה ובקשת רחמים אין ביהמ"ד הגדול וויזניץ אין בני ברק אויסצושרייען א זעקה גדולה פארן רפואה פונעם רבי'ן שליט"א, מרן רבי ישראל בן לאה אסתר לרפו"ש.
די עצרת תפילה וועט זיין אין שפיץ פונעם רבינס קינדער, ובראשם בנו הגדול הגה"צ אבד"ק קרית וויזניץ שליט"א וואס איז די וואך אנגעקומען קיין ארץ ישראל צו פראווענען די קומענדיגע יום טוב פורים מיט די חסידים, עס וועלן אויפטרעטן מיט דברי התעוררות המשפיע הגה"צ רבי אהרן טוסיג שליט"א, הרה"ג רבי שאול גרינבערגער שליט"א משמש בקודש, און הרה"ג רבי מנחם מענדיל האגער שליט"א איידעם פון רבי׳ן.

Comments