top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

נגידים ותומכים פון נייע 'שמחת יו"ט פאנד' פאר תושבי שיכון סקווירא ערהאלטן ברכת קדשו פון האד' מסקווירא

מיטוואך פ' צו • י''א ניסן תשפ"ה | בחצרות הקודש

קרעדיט: אבי ס.

 

די וואך דינסטאג אווענט זענען אריין אל הקודש פנימה צו כ"ק האדמו"ר מסקווירא שליט''א די חברי הוועד און עסקנים פון די נייע 'שמחת יו"ט פאנד',  וועלכע האבן געשאפט שווערע געלטער און פארטיילט א תמיכה נכבדה אויף יו"ט פסח פאר אלע תושבי שיכון סקווירא, ספעציעלע געלט קארטלעך אין ווערד פון טויזנט דאללער צו קענען איינקויפן צרכי יו“ט, און אריינטרעטן אינעם הייליגן חג החירות מיט הרחבת הדעת.


דער וועד באשיינט פון עטליכע נדיבים בעם, ובראשם הרבני הנגיד ר' אביגדור עסטרייכער ראש הקהל סקווירא און הרבני הנגיד ר' נחום רוקח הי"ו פון לעיקוואד דער בריח התיכון פון דעם אונטערנעמונג, דער רבי האט זיך אינטערסירט איבער אלע פעולות פונעם פאנד וואווי עס גייט צו, און די עסקנים האבן געוויזן דעם רבי'ן שליט''א איינע פון די קארטלעך און די רשימה פון אלע געשעפטן ווי מ'קען איינקויפן אויף יום טוב, דער רבי האט פארטיילט א מילגרוים און מאציל געוועהן מברכת קדשו פאר די חשובע עסקנים וועלכע האבן אריינגעלייגט איבערמידליכע כוחות צו קענען צושטאנד ברענגען די חלוקה מהנה צו זיין די טויזנטער תושבי השיכון. דערביי האט זיך דער רבי אנגערופן מיט א סכום הגון צו נעמען א חלק אין די הייליגע מצוה.



Comments


bottom of page