top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מִבֶּן חֹדֶשׁ תִּפְדֶּה • שמחת פדיון הבן פון ערשטן דור חמישי ביי האד' מסקווירא און איר אייניקל ביי האד' מראחמיסטריווקא

מאנטאג פ' צו • ט' ניסן תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שראלי ב, JDN

 

ברגשי גיל וחדוה ושבח והודאה, האבן הונדערטער חסידי סקווירא מיטגעהאלטן די שמחת פדיון הבן פון די ערשטע דור חמישי אן אור אור אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, און אן אור אייניקל ביי כ"ק האדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א, הגה"צ אב"ד בית אהרן שליט"א, און הרה"צ רבי אהרן מענדיל טווערסקי שליט"א מסקווירא. די שמחה איז פארגעקומען ברוב פאר והדר אינעם גרויסן שאטער אין שיכון סקווירא במקהלות עם רב חסידי סקווירא און א קבוצה חסידי ראחמיסטריווקא אין שפיץ פון די געהויבענע זיידעס האדמורי"ם שליט"א.


די רבי'ס האבן זיך געוואשן צום סעודה, און מען האט אויפגעגעבן די מאכלים, נאכן פיש איז פארגעקומען די פדיון ווי עס האבן געדינט אלס כהנים הפודים די קרובי המשפחה: הרב איתמר כץ אייניקל פונעם סקווירא רבי'ן שליט"א, הרב דוד צבי כהנא איידעם פון כ"ק אב"ד ראחמיסטריווקא מאנסי שליט"א, הרב יואל גלאנץ אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א און פון הגה"צ אב"ד בית אהרן שליט"א, בנן של קדושים הרב זושא נאוואסעלער מחשובי חסידי סקווירא אין לעיקוואד נו"נ לצדיקי בית טשערנאביל, און הרב משה יהושע קרעמער מראשי ק"ק ראחמיסטריווקא.


אין לויף פון די סעודת מצווה האט מען געזינגען פילע ניגוני שמחה און ניגוני הודאה לויבנדיג דעם בורא כל עולמים אויף אלע גרויסע חסדים ועל אשר הגיענו עד הלום, איש דורות ראו עיניו ווען דער רבי שליט"א איז זוכה צו זעהן די גאלדענע קייט נאך א דור ווייטער לשם ולתפארת.


ביי די שמחה האבן זיך אנגעזעהן די פעטער'ס האדמורי"ם מבארניב, ראחמיסטריווקא מאנסי, שאץ מאנסי, הגה"צ רבי יחזקאל דייטש אב"ד מקור חיים און אזוי אויך כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א פון ספרינג וואלי.


די סקווירא רבי שליט"א האט געבענטשט על הכוס, די עלטער זיידע הרה"צ רבי אהרן מענדיל שליט"א איז מכובד געווארן מיט הגבהת הכוס, און נאכן בענטשן איז די גאנצע ציבור דורך וואונטשן מזל טוב ביי די זיידעס האדמורי"ם והרבנים שליט"א, בעת מען האט ממשיך געוועהן מיט די ניגוני שמחה און ניגוני יום טוב פסח.


Comments


bottom of page