top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בְּנֵי צִיּוֹן יָגִילוּ: חסידי באבוב באגריסן פריידיג רעוואלוציאנערנדע דראַסטיש-שפארזאמע "חתונה פלאן"

דינסטאג פ' בהעלותך • י"ב סיון תשפ"ד | בחצרות הקודש

 

מיט אויסטערלישע שמחה האבן חסידי באבוב מקבל געווען מאהבה ורצון די היסטארישע דורכברוך פון א גראנדיעזע ביליגע "חתונה פלאן", אונטער'ן נייעם מפעל "חיים של שלום" וואס דער רועה נאמן כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א האט נעכטן נאכט מייסד געווען במעמד אלפי החסידים.


דער כינוס אדיר "חיים של שלום" איז פאררופן געווארן אלס זמן קהלה לכל, די טויזנטער חסידים, דערביי אראפצושטעלן און אימפלענטירן דעם וויכטיגן פראיעקט אינערהאלב ק"ק באבוב צו פארגרינגערן פאר מחותנים צו קענען חתונה מאכן מיט הרחבת הדעת ודרך כבוד.


דאס קומט באותו זמן ווען מ'גרייט זיך אויף קומענדיגן חודש אלול צו באנייען דעם נייעם פראכטפולן באבוב'ע חתונה זאל "אהלי פריידא" אינעם נייעם בנין הת"ת בני ציון, וואס וועט דינען אלס פונדאמענטאלע טייל פון ערמעגליכן דעם פלאן, דורכ'ן צושטעלן חתונות פאר דראסטיש ביליגע פרייזן, אין איינקלאנג מיט די נייע חתונה תקנות.


אין לויף פון די לעצטערע חדשים זענען די עסקני "חיים של שלום" געזיצן מיט עסקנים פון די חתונה-תקנות און פון צמצום הוצאות פון אנדערע קהלות, וואו מ'האט שוין במשך השנים געארבעט און צושטאנד געברענגט ענליכע דורכברוכן, און מ'האט ברוב יועץ אויסגעארבעט שטארקע לעזונגען ווי אזוי איינצושפארן די אומגעהויערע חתונה הוצאות.


ערב יום הכינוס האבן חסידי באבוב מיט כבוד הראוי ערהאלטן א טעלעפאנישע מודעה פונעם משב"ק הרה"ח ר' חיים גאלדפינגער הי"ו, וואו ער טוט בפקודת הקודש פונעם רב זאל זיין געזונט לאדענען יעדן פערזענליך צו די אסיפה.


צום באשטימטן זמן איז דער אולם הגדול געווארן פול געפאקט פון ברעג צו ברעג, און מיט געשפאנטע געמיטער האט מען ארויסגעקוקט צו הערן די פרטים פונעם פלאן און די דברות קודש וחובת השעה פונעם רב שליט"א. די אסיפה איז געעפנט געווארן מיט די ווערטער פון הרה"ח ר' חצקאל ראזענבערג הי"ו מנכ"ל עמודי ציון, וועלכער האט אנגעוויזן אז אין לויף פון די קאמפיינס פאר די נייע בניני המוסדות האט מען אפעלירט ביים עולם צו עפענען די טאשן, און יעצט בעט מען פארקערט, צו פארמאכן די טאשן. אויך האט ער פארציילט אז ווען מ'האט געבויט דעם נייעם ת"ת האט דער רב געשטעלט א תנאי קודם למעשה, אז דער בנין זאל פארמאגן א נייע חתונה זאל, דורך וואס מ'וועט קענען העלפן דעם ציבור חתונה צו מאכן פאר ביליג.


דאן האט מען זוכה געווען צו הערן דעם משא המעמד, די לענגערע דברות קודש דורכ'ן רב שליט"א, וועלכער האט פאר נאנט צו א שעה גערעדט איבער די קריטישקייט פונעם נייעם פלאן, זאגנדיג אז ס'איז זייער שווער צו טוישן א געוואוינהייט ביים ציבור, און אז מ'איז אבער דא היינט צו טוישן א געוואוינט אז עס א נס און יום טוב, אויסרופנדיג בקול רגש אז דער היינטיגער טאג י"א סיון תשפ"ד איז א יום טוב אין באבוב!


מיט גרויס ווייטאג האט דער רב געשילדערט דעם שווערן מצב, ווי דער ציבור קען זיך נישט אן עצה געבן, מ'חובות'ט זיך אן למעלה מראש ביים חתונה מאכן, און דאס מוז נעמען אן עק. דער רב האט דערביי אויפגעברענגט עטליכע הויכפונקטן פונעם פלאן, וואס נעמט אריין דאס מבטל זיין די נייע איינגעפירטע שווענדערישע הוצאות, ווי א "בר מצוה אויפרוף", און דאס פראווען רייכע "תנאים'ס", וואס דאס מוז בטל ווערן, און ווער ס'קען נישט מאכן א תנאים אינדערהיים, וועט מען צושטעלן א פלאץ דערפאר נאר פאר משפחה, ביים לחיים פונעם שידוך שליסן וועט מען ליינען דעם תנאים, און ער וועט פועל'ן ביים זון הרה"צ רבי חיים שלו' צו זיין גרייט אייביג צו ליינען דעם תנאים.


מפרסמין עושי מצוה, האט דער רב דערמאנט לשבח הרבני הנגיד ר' שאול וואלף הי"ו, נדבן פונעם נייעם זאל "אהלי פרידא", וואס דאס איז פאקטיש דער שליסל פאר הצלחה, ווייל מ'האט שוין מערערע מאל געוואלט מאכן א חתונה פלאן אבער ס'האט זיך נישט אויסגעארבעט ווייל מ'האט נישט געהאט א זאל, אבער יעצט אז ס'איז דא א נייע זאל, וועט מען מיט'ן כח הרבים בעז"ה מצליח זיין. בסיום דבריו האט דער רב באדאנקט פאר די ראשי עסקנים, ובראשם בנו הרה"צ רבי חיים שלו' שליט"א וועלכער ליגט ראשו ורובו בראש הפעלות, און די אנדערע עסקנים נמרצים, ר' חצקאל ראזענבערג, ר' מרדכי פאסטען, ר' לייבוש לעזער, ר' שמעון פרענקל, און די עסקני קרן חתנים און קרן אור חיים.


דערנאך האט אויפגעטרעטן הר"ר לייבוש לעזער, וועלכער האט ארויסגעברענגט די שיינקייט פון די קהלה וואס האט אזויפיל קאסעס און צדקות, דער קרן חתנים, קרן אור החיים וואס פארטיילן פאר יעדן מחותן 15 טויזנט דאלאר!! קופת רבינו וואס פארבארגט שווערע אלפים, און מיליאנען דאלארן וואס דער רב טיילט אויס בצנעא, וואס מ'קען באדעקן דעם מזרח וואנט פון טשעקס וואס דער רב טיילט פאר היימשע אידן פאר די שמחות, ב"ה יעדער געבט זיך א עצה, אבער מ'וויל מזאל זיך קענען אליין א עצה געבן צו קענען חתונה מאכן בדרך כבוד מיט הרחבת הדעת.


ר' לייבוש האט ערווענט אז די דעטאלירטע פרטים פונעם פלאן וועט אנקומען צו יעדן איינעם אהיים אין א רייכע בראשור, וואס דער הויכפונקט איז דער נייער ביליגער זאל וואס וועט זיין עוועליבעל 70 נעכט א יאר פאר באבוב'ע חתונות, און מ'וועט דארט קענען חתונה מאכן פאר די שטוינענד ביליגע פרייז פון "8 טויזנט דאלאר" א זייט, 125 קאפפעלס, מיט די גאנצע פעקעדזש פון זינגער, שפילער, בלומען, בילדער, וכו'.


באזונדער איז געמאלדן געווארן בשם דעם רב שליט"א, אז מהיום והלאה, וועט פארקומען א מסיבת לחיים בביתו נאוה קודש פאר יעדעס שידוך וואס וועט מיטגיין מיט דעם נייעם פלאן, מחזק צו זיין דעם ענין נחוץ. אויף די "מתנות" פאר חתן כלה איז באשטימט געווארן פרייזן ביז וויפיל מ'מעג שפענדן אויף אלעס צוזאמען, און עס וועט נישט זיין קיין תקנות אויף יעדע מתנה איינציגווייז. די שטריימלעך וועט קאסטן $5,500 ביידע שטריימלעך צוזאמען און מ'וועט נישט קענען שיקן א מגילה. בנוגע דעם שבת שבע ברכות ארבעט מען צו מאכן א ביליגע זאל אין איינע פון די בניני המוסדות. בנוגע מעבל און די חתונה-מאלל הוצאות, זיצט הרבנית תליט"א א"ח הרה"צ רבי חיים שלו' אויף מיטינגס מיט די פרויען קאמיטע, אויסצוארבעטן די בעסטע פעקעדזשעס פאר ביליג.


ויעבור הרנה במחנה, ווען ער האט דערמאנט דעם סאמע קלימאקס פונעם פלאן, אז עס וועט ארויסגעגעבן אן ערשטמאליגע באגריף פון א "פערציג טויזנט דאלאר הלואה" מיט שפאט ביליגע באצאלונג טערמינען ווי בלויז 300 א חודש, פאר די אלע וואס גייען מיט פולקאם מיט אלע תקנות.


דער ציבור האט אויפגענומען דעם פלאן מיט אן אויפגעהייטערטע געפיל, און מיט אנטשלאסנקייט זיך געמיינזאם מקבל געווען צו גיין פולשטענדיג מיט די תקנות, צו קענען פראווען שמחות מיט אן אמת'ע שמחה, פריי פון דאגות.



Comments


bottom of page