top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בארא פארק • האד' מסאטמאר באזוכט אין שטוב פון הנגיד ר' נחמן מאשקאוויטש לטובת מוסדות 'יטב לב'

מונטאג פ' נצבים וילך - י"ח אלול תשפ"ג | בחצרות הקודש


אן איינדרוקספולע "מסיבת לחיים וקנין זכות" איז פארגעקומען נעכטן זונטאג אין שטוב פון הרבני החסיד הרה"ח ר' נחמן מאשקאוויטש הי"ו, מחשובי חסידי סאטמאר אין בארא פארק, וועלכע האט געהאט די זכי׳ אפצוקויפן דעם זכות פון א "קלאס צימער" אין דעם נייעם "יטב לב בנין" וואס בויעט זיך אין פולסטן גאלאפ בתוככי ירושלים.


צו דער געלעגנהייט איז כ"ק האדמו"ר מסאטמאר שליט"א ובנו הגה"צ אבד"ק סאטמאר ירושלים שליט״א אריבערגעקומען לביתו של הנדיב, וואו ס׳זענען שוין געווען פארזאמלט די חברי הנהלת מוסדות יטב לב בירושלים עיה"ק און מ'האט אפגעראכטן א מסיבת לחיים לרגל המאורע.


עס האט אויפגעטרעטן חבר הנהלת המוסדות הרה״ח ר׳ אהרן הערש פריינד הי"ו, און אויך האט מען געהערט דברי ברכה פונעם רב שליט״א און דערנאך האט די רבי שליט''א געוואונטשן ברכות קדשו פאר'ן נדיב אז דער זכות הגדול זאל באגלייטן אים און זיינע קינדער וכל משפחתן מתוך נחת ושמחה והרחבת הדעת אמן.















Comentários


bottom of page