מיטוואך פ' חקת בלק - ט' תמוז תשפ"ג | קול בחצרות
כ''ק האדמו''ר מגור שליט''א האט נעכטן מפאר געוועהן בראש השמחה ביי די חתונה פון אן אייניקל פון הרה''ק בעל 'פני מנחם' מגור זכר צדיק לברכה, אן אייניקל ביי חתנו הרה''ג רבי בערל ליפל די חתן א זוהן פון חתנו הרה''ג רבי שאול מארגנשטערן מגיד שיעור אין די גערער ישיבה 'מאור ישראל'. די חתונה איז פארגעקומען אין די גוטניק זאלן אין ירושלים, די רבי האט מסדר קידושין געוועהן ביי די חופה אין שפעטער זיך צוריק געקערט צו די חתונה אין זיך געוואשן צום סעודה, די רבי האט מיטגעהאלטן די חתונה אין געזאגט די שבע ברכות נאכן בענטשן. נאכן חתונה איז די רבי צוגעגאנגען צום דערלעבנדיגער זאל ווי די רבי האט אפגעגעבן מזל טוב ביי די חתונה פון החתן זוהן פון מקורבו הרה''ג רבי ישראל מלאך מגיד שיעור אין ישיבת שפת אמת.
Comments