top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

היסטארישער אסיפת הרבנים אפגעהאלטן אין מאנסי צו לינדערן שרעקליכע קריזיס פון אומגעהויערע הוצאות החתונות

מיטוואך פ' פקודי • כ''ו אדר תשפ"ה | בחצרות הקודש

 

א היסטארישער אסיפת הרבנים איז אפגעהאלטן געווארן דעם פארגאנגענעם זונטאג פרשת פקודי אין די זאלן פון אטריום פלאזא אין מאנסי, פאררופן געווארן דורך די מצא טוב ארגאניזאציע.  איבער הונדערט פופציג רבני ראקלענד קאונטי זענען זיך צונויף געקומען מטכס עצה צו זיין וויאזוי צו לינדערן דעם שרעקליכן קריזיס פון די הימל-שרייענדע הוצאות החתונות, וואס שטייגן נאר העכער און העכער פון יאר צו יאר און עס איז ליידער געווארן א גזירה שאין רוב הציבור יכולים לעמוד בו.


אנדערש ווי רוב אנדערע אסיפות הרבנים, איז דער אסיפה נישט פאררופן געווארן אפצושרייען פירצות הדור, אדער מתקן צו זיין תקנות און גודר זיין גדרים. נאר פארקערט, דער אסיפה איז פאררופן געווארן צוליב דעם וואס יעדער רב פון א קהלה אדער בית המדרש, האט שוין געהערט ענדלאזע מאל די הארצרייסענדע ווייגעשרייען פון מחותנים וואס ברעכן אונטער ווען עס קומט חתונה צו מאכן קינדער. און מען רעדט נישט פון מחותנים וואס זענען ארימעלייט, אדער כלי קודש, מען רעדט פון בעל בית'ישע אידן וועלכע פארדינען שיין, און קענען זיך ערלויבן צו דעקן זייער בודזשעט בריווח, אבער ווען עס קומט חתונה צו מאכן א קינד ברעכן זיי אונטער. און אויב נישט ביים ערשטן קינד, ברעכן זיי אונטער ביים צווייטן אדער דריטן קינד.


נאך מערערע אסיפות העסקנים פון אלע קהלות במשך די פארלאפענע צוויי יאר איז פעסטגעשטעלט געווארן אז איבער 80% פונעם היימישן אידנטום קענען נישט חתונה מאכן אן קיין הילף אדער חובות!


טאקע דערפאר איז דער אסיפת הרבנים אנגערופן געווארן מיטן נאמען "וירא בסבלותם", וואו די רבני העיר זענען זיך צונויף געקומען, מיט איין ציל - צו פארגרינגערן פאר כלל ישראל, צו פארלייכטערן דעם עת משוש, דעם זמן וואס יעדער איד פלעגט אמאל ארויסקוקן דערויף און לעכצן עס צו דערלעבן, און היינט ציטערט מען ווען מ'הערט נאר דאס ווארט – חתונה מאכן א קינד.


דער יושב ראש האסיפה איז געווען דער באקאנטער פה מפיק מרגליות הרה"ג רבי מרדכי שיף שליט"א, וועלכער האט מיט זיינע פערל ווערטער ארויסגעברענגט דעם קריטישן נחיצות הענין, און די סיבה פארוואס די רבנים זענען די ערשטע אדרעס צו וועמען מען רעדט אויף א גרויסן פארמאט, פשוט ווייל זענען די ערשטע אדרעס פאר די מחותנים וועלכע ברעכן אונטער, זיי זענען די וועלכע דארפן לויפן צו די זעלבע נדיבים בעם נאכאמאל און נאכאמאל צוזאם צושטעלן געלטער פאר די מחותנים, און זיי זענען אויך די וועלכע האבן א שפראך און אן השפעה אויף זייערע בני הקהלה און מתפללי הביהמ"ד אז זיי זאלן זיך צושטעלן צו דעם היסטארישן אונטערנעמונג – אן איינמאליגן געלעגנהייט דורכצוברעכן דעם קריזיס איינמאל פאר אלעמאל!


דערנאך האט אויפגעטרעטן הגה"צ רבי חיים פייוול שנעעבאלג שליט"א אבד"ק קהל אברכים און נשיא פונעם 'מצא טוב' ארגאניזאציע, און האט מיט א פייערדיגע שטימע אויסגעדריקט אז דער יעצטיגער היסטארישער דורכברוך וואס מיר גרייטן זיך אדורך צו פירן, האט די מעגליכקייט און וועט בעזר ה' ברענגען א ישועה פאר גאנץ כלל ישראל אויפן זעלבן קאליבער ווי דער כינוס כלל ישראל אין סיטיפיעלד האט געברענגט אינעם נושא פון טעכנעלאגיע.


די רב שליט"א האט אויסגעשריגן: "פונקט אזוי ווי די השכלה האט בשעתו אפגעווישט גאנצעטע שטעט פון כלל ישראל און די מלחמת חרמה וואס דער הייליגער חתם סופר זי"ע האט אנגעפירט האט אפגעראטעוועט דעם שארית ישראל, און פונקט אזוי ווי דער כינוס כלל ישראל, האט אפגעראטעוועט כלל ישראל פונעם רוחניות'דין חורבן וואס טעכנעלאגיע האט געדראעט אנצוברענגען, פונקט אזוי וועט דער יעצטיגער דורכברוך פארשריבן ווערן אין היסטאריע, אלס דער מאמענט וואס האט אפגעראטעוועט כלל ישראל פון א פינאנציעלען צוזאמענברוך!"


דאן האט דער רב שליט"א במיטב לשונו ארויסגעברענט דעם פראבלעם וויאזוי די סטאנדארטן און פרייזן זענען געשטיגן אויף אן אבנארמאלן פארנעם, ווי עס איז צוגעלייגט געווארן נאך אן הוצאה'לע, און נאך איינס, און די פרייזן זענען צעביסלעך געשטיגן העכער און העכער, פשוט ווייל דער ציבור איז גרייט געווען צו צאלן, ביז מיר האבן זיך געטראפן מיטן אומגעהויערן קריזיס וואס מיר מאכן יעצט מיט. ווי אויך האט ער ארויסגעברענגט אויפן שפיץ גאפל דעם פלאן וואס מצא טוב האט צוזאם געשטעלט צו לעזן דעם קריזיס.


די מצא טוב דורכברוך וועט כולל זיין דריי הויפט פונקטן, ערשטנס, צו טוישן דעם דעת הקהל וויאזוי מען קוקן אן חתונה מאכן בכלל, אז יעדער מחותן, מחותנת'טע, חתן, און כלה, זאלן זיין אויפן זעלבן בלאט, אז מען דארף חתונה מאכן מיטן א חשבון און אן אחריות, און חתונה מאכן איז נישט א געלעגנהייט ארויסצואווייזן בעל-בית'ישקייט.


צווייטנס, אראפצוברענגען די סטאנדארטן פון חתונה מאכן, אז מען דארף נישט קויפן אזויפיל, און מען דארף נישט ספענדן אזוי סאך צו הייסן בעל בית'יש, מען קען ספענדן מיט צענדליגער טויזענטערס ווייניגער און נאכאלס הייסן א בעל בית'ישער מחותן, און די גרויסע אויפרייסערישע חתונות זאל מען לאזן פאר די מיליאנערן, אויב זיי ווילן.


בעיקר ווערן די סטאנדארטן אראפ געברענגט מיט פינעף הויפט יסודות, וואס דאס זענען די רויטע ליניעס וואו רוב געלטער ווערן פארשווענדעט. אין די פרטי פרטים וועלן די קהלות קענען אליין אויסשטעלן לויט זייערע אייגנארטיגקייטן.


דריטנס, צוצושטעלן די מעגליכקייטן אז מען זאל טאקע קענען קויפן אלע צוגעהערן פאר חתן כלה, פאר האולסעיל פרייזן. אנגעהויבן פון צירונג, זילבערווארג, אלע מתנות, פורניטשור, לינען, הארדוועיר, האוזוועיר, שטריימלעך וכו', און אלע וואס מען דארף אויסצורישן דאס פארפאלק, פון די בעסטע קוואליטעט פאר חצי בחינם.


און פאר דעם דריטן פונקט האט מצא טוב אויפגעשטעלט דעם עלעגאנטן הארמאני חתונה שאו-רום אונטער דעם אטריום זאל, וואו מען קען טאקע איינקויפן די אלע אויבנדערמאנטע חפצים פאר ביליגער ווי האולסעיל.


די אויפטו פון דעם שאו-רום איז אז עס איז נישט קיין ביזנעס וואס דארף פארדינען רווחים. עס איז צוגעשטעלט דורך נדיבים בעם און פילאנטראפן בלויז לתועלת הציבור. דאס איז ערמעגליכט געווארן דורך דעם וואס מצא טוב האט געשלאסן דיעלס מיט די גרעסטע און בעסטע פארבריקן און סופלייערס פון וועמען מען קויפט ריזיגע קוואנטומס פון עטליכע סארטן פון יעדן זאך, צו דאס זאל זיין זילבער אדער מעבל, און עס ווערט פארקויפט ווייטער פאר די מחותנים פארן זעלבן פרייז וואס מצא טוב האט געצאלט.


יעדער מחותן וואס מאכט חתונה מיט מצא טוב, קען ענדיגן דעם גאנצן חתונה, אנגעהויבן פון שידוך שליסן ביז נאך שבע ברכות פאר צווישן $43,000 דאלער ביז $55,000!


ביים אסיפה איז אויסגעשמועסט געווארן אז כדי צו קענען אויספירן דעם היסטארישן דורכברוך מן הכח אל הפועל וועט זיך פארלאנגען א מעכטיגן כח הרבים, ווייל בלויז מיט אן אויסערגעווענליכן כח הרבים וואו א גאנצע שטאט איז מאביליזירט אינאיינעם צו דערגרייכן אזא היסטארישן ציל און מאכן אזא ריזיגן שינוי לטובה, נאר אזוי וועט מען דאס באמת קענען אדורכברעכן.


דעריבער איז פראקלאמירט געווארן אן היסטארישן כינוס אדיר לכל בני העיר, וואו עס וועלן זיך צונויף קומען טויזענטער תושבי מאנסי אונטער איין דאך, און אינאיינעם שרייבן א הערליכן קאפיטל אין די היסטאריע פון כלל ישראל, א קאפיטל וויאזוי עס האט זיך אנגעהויבן א נייע עפאכע פון חתונה מאכן מיט א חשבון און אן אחריות און שפאָרן צענדליגער מיליאנען פאר אחב"י בעידן חדוותא.


דער מאסיווער כינוס האדיר וועט אי"ה פארקומען הארט נאכן יו"ט פסח הבעל"ט. דארט וועלן אלע תושבי ראקלענד קאונטי איינזען אז יעדער איינער איז ביים זעלבן דעה, און יעדער איינער איז גרייט פאר דעם טויש, און יעדער איז גרייט זיך צו שפארן צענדליגער אלפים ביים חתונה מאכן די קינדער דורך אראפברענגען די סטאנדארטן, דאן וועט זיך שוין קיינער נישט שעמען פון קיינעם, און קיינער וועט נישט דארפן שפירן אז ער איז אנדערש פון זיין שכן און פון זיין חבר, ווייל די גאנצע שטאט אינאיינעם כאיש אחד בלב אחד וועלן צוזאמען מאכן דעם היסטארישן טויש אויף איין מאל.


קיינער וועט זיך מער נישט דארפן דרייען מיט א שטריימל וואס זיינע חברים האבן באצאלט, יעדער וועט קענען חתונה מאכן באמת בדרך כבוד, נישט מיט א פאלשע 'בדרך כבוד' ווען האלב פון די געסט פון די חתונה האבן בייגעשטייערט, געהאלפן שאפן אדער בארגן געלט צו דעקן די הוצאות החתונה.


דער גיגאנטישער כינוס וועט אי"ה נאכגעפאלגט ווערן מיט מערערע כינוסים סיי פאר די מיידלעך פון די הויעך-שולעס, די צוקומפטיגע כלות, און סיי פאר די בחורי הישיבות, די צוקומפטיגע חתנים, און ארויסברענגען דעם שרעקליכן צער און ווייטאג, די הארצ-עסעניש און שלום בית פראבלעמען, די חובות און בזיונות, וואס זיי קענען איינשפאָרן פאר זייערע עלטערן בלויז מיטן זיך צושטעלן צו די נייע סטאנדארטן, און אויפשטעלן זייערע שטובער אויף יסודות פון אחריות און גמילת חסד.


ווי אויך וועלן זיין מצא טוב עסקנים אין אלע קהלות וואס וועלן אי"ה העלפן די מחותנים חתונה מאכן מיט א חשבון און זיי באגלייטן אויף שריט און טריט זיי צו פארגרינגערן בעצה ותושיה זיך צו האלטן צו זייער בודזשעט.


דער מעכטיגער אפקלאנג פון אזא היסטארישער אסיפה וועט בעזר ה' ברענגען כוואליעס צו אלע אנדערע אידישע געגנטער וואו דאס וועט אי"ה נאכגעטון ווערן, און וועט בסייעתא דשמיא ברענגען די געוואונטשענע רעזולטאטן פארן גאנצן יהדות החרדית, און צענדליגער טויזענטער אידן וועלן קענען אפאטעמען.


דער חשוב'ער יושב ראש הרב שיף שליט"א האט ארויסגעברענגט אז איבער הונדערט חתונות זענען שוין פאקטיש אפגעראכטן געווארן אין די לעצטע יאר מיט די מצא טוב סטאנדארטן וואו יעדער מחותן האט זיך איינגעשפאָרט לכה"פ דרייסיג טויזענט דאלער און טייל פון זיי אסאך מער, דאס איז איבער זעכציג טויזענט דאלער אויף יעדן איינציגן חתונה, און א סך הכל פון איבער זעקס מיליאן דאלער פון אידיש געלט, וואס איז אפגעראטעוועט געווארן פון גיין לטמיון!


איידער מען האט געשלאסן דעם אסיפה, האבן די באטייליגטע רבנים אונטערגעשריבן א קול קורא, וואס וועט אי"ה בקרוב פארעפנטליכט ווערן, וואו עס ווערט ארויסגעברענגט דאס ווייגעשריי פון רוב כלל ישראל וואס קענען נישט דעקן די חתונות פון זייערע קינדער, און אז מען קען דעם קריזיס מער נישט פארשווייגן, און עס מוז אונטערגענומען ווערן מאסיווע שריט צו פארלייכטערן פאר אחב"י צו קענען חתונה מאכן זייערע קינדער. ווי אויך איז דאס א קריאת הקודש צו אלע תושבי העיר זיך צוצושטעלן און העלפן אראפברענגען די סטאנדארטן, און זיך משתתף צו זיין ביים היסטארישן כינוס כל העיר וואס וועט פארקומען דעם קומענדיגן ער"ח אייר הבעל"ט.


נאכן אסיפה זענען פילע פון די באטייליגטע רבנים ועסקנים אראפגעקומען אונטן צום נייעם מצא טוב שאו-רום, און פארגאפט געווארן פון די הערליכע סחורה, פון די געוואלדיגע קוואליטעט, און איבער אלעם פון די אומגלויבליכע פרייזן וואס העלפט שוין פאר אומצאליגע מחותנים זיך שפארן צענדליגער אלפים ביי יעדע חתונה.


כלל ישראל קוקט ארויס מיט שפאנונג אויף מאנסי מיט א געוואלדיגע האפענונג אז דער יעצטיגע מהפכה זאל שוין ענדליך ברענגען די געוואונטשענע רעזולטאטן, און איינמאל פאר אלעמאל זאל מען שוין אדורכברעכן דעם קריזיס, און פארלייכטערן פאר גאנץ כלל ישראל חתונה צו מאכן די קינדער, אז מען זאל קענען מאכן די הוצאות האלב און די שמחה גאנץ.

































































Comments


bottom of page