top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

היסטאריע אין אמשינוב: מעמד הדלקת נרות חנוכה אין ביהמ"ד ברוב עם

זונטאג פ' מקץ • כ"א כסלו תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילד קרעדיט: שוקי לרר

 

אין אן ערשטמאליגע שריט איז געמאלדן געווארן, אז כ"ק אדמו"ר מאמשינוב שליט"א וועט היי יאר מדליק זיין די נרות חנוכה מוצאי שבת חנוכה אין דער אמשינובער ביהמ"ד אין בית וגן, אנדערש ווי דעם רבינס מנהג ביז היינט, ווען דער רבי האט געצינדען די נרות בביתו נאוה קודש.


דאס חנוכה ליכט צינדען ביים אמשינובער רבי שליט"א איז א שם דבר אין די גאנצע וועלט, זייענדיג באקאנט אלס אן אויסטערלישע געהויבענע עבודה פון שעות ארוכות עד שהשלהבת עולה מאליה, צו וועלכע הונדערטע אידן פון איבער גאנץ ארץ ישראל קומען צו פארן מיטצוהאלטן די עבודה נשגבה. 


ביז היינט איז געווען איינגעפירט, אז חסידים וואס האבן געוואלט מיטהאלטן די הדלקת נרות ביים רבי'ן שליט"א האבן זיך געמוזט איינשרייבן פון פאראויס, וויבאלד דער רבי צינדט ביי זיך אין שטוב, ווי עס איז גאר ענג אין פלאץ מיט א מעגליכקייט צו ארייננעמען אממערסטענס הונדערט אידן, וועלכע האבן זיך צונויפגעשפערסט אין דעם קליינעם דירה.


אצינד זענען די חסידים נתבשר געווארן מיט פרייד, אז צוליב די ריבוי העם האט דער רבי באוויליגט צו צינדען די נרות איין נאכט פון חנוכה אין מער א רחבות'דיגע ארט, כדי  צו געבן די געלעגנהייט פאר אלע חסידים מיטצוהאלטן די הייליגע עבודה. לויט ווי עס ווערט איבערגעגעבן, וועט דער רבי צינדן די נרות מוצאי שבת נר ד' דחנוכה אינעם בנין הביהמ"ד, וואו דער רבי וויילט יאר יערליך אויף שבת חנוכה אינעם דירה פונעם זיידן כ"ק אדמו"ר הרה"ק רבי מאיר מאמשינוב זצוק"ל וואס געפינט זיך אינעם בנין, און לויטן רבינ'ס פסק איז דאס פאררעכנט אלס א דירת קבע, און דעריבער וועט מען דארט קענען צינדען די נרות.


דער רבי וועט צינדען די נרות כדרכו בקודש יעדן טאג חנוכה ארום פיר אזייגער פארטאג'ס, מיט א מעגליכקייט פאר אזויפיל ווי פינעעף הונדערט אידן צו קענען מיטהאלטן דעם ליכטל, מיט א דין קדימה פאר אמשינובער חסידים און תושבי בית וגן.


2 Comments


אויך דאס יאר ברויך מען זיך איינשרייבן פון פאראויס, און עס איז נאר אפן פאר אמשינוב'ער חסידים.

און צוויי ווערטער אויב זענט איר נאכנישט איינגעשריבן, גייט איר נישט קענען אריינגיין.

Edited
Like

גם השנה חייבים להירשם, ופתוח רק לחסידי אמשינוב

Like
bottom of page