top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

תושבי בארא פארק הכונו • האד' רבי יאשיהו פינטו וועט אפרעכטן מעמד הדלקת נרות בתוככי עיר בארא פארק

דינסטאג פ' מקץ • כ"ט כסלו תשפ"ד | בחצרות הקודש


תושבי בארא פארק לבשי בגדי תפארתך - התעוררי התעוררי כי בא אורח!


כוואליעס פון פרייד נעמט ארום דעם עיר ואם בישראל בארא פארק ווען עס איז היינט געמאלדן געווארן אז מען וועט האבן די זכיה אז כ''ק האדמו"ר רבי יאשיהו יוסף פינטו שליט''א וועט ערשיינען אין שטאט אפצורעכטן די הייליגע עבודה פון הדלקת נר חנוכה בקרב חסידים ואנשי מעשה וועלכע קוקן שוין לאנג ארויס אויף אזא געלעגנהייט.


דער מעמד ההוד וועט פארקומען דעם קומענדיגן דאנערשטיג נאכט ליל זאת חנוכה במעמד אלפי ישראל אין די זאלן פון בית אסתר, וועלכע וועט אויסגעשטעלט ווערן מיט די מאקסימום פלאץ צו קענען אקאמאדירן דעם ריזן ציבור וואס איז ערווארטעט ביים מעמד.


תושבי בארא פארק בפרט און חסיד'ישע אידן בכלל זענען שוין באקאנט מיטן גרויסן נאמען פון האדמו"ר רבי יאשיהו יוסף פינטו שליט"א, וועלכע שטאמט פון דורי דורות גאונים און מקובלים מכל הצדדים אין שפירט א שטארקע נאנטקייט צו חסיד'ישע אידן, א קשר וועלכע האט זיך נישט אנגעהויבן ביים מקובל נאר זיינע אבות הקדושים למעלה בקודש.


אין די לעצטע יאהרן האט דער ניו יארק'ער אידנטום זוכה געווען צו ביקורי הוד פונעם רבי'ן שליט"א, צווישן זיי איז געווען גרויסע מעמדי הדלקת נר חנוכה מיט צוויי יאהר צוריק אין שטאט בארא פארק, און פאריאהר אין שטאט מאנסי, וועלכע זענען געבליבן טיף איינגעקריצט אין זכרון ביי די טויזעטער וועלכע האבן דאס מיטגעהאלטן, ורבים אומרים מי יראנו טוב צו קענען זען נאכאמאל דעם עבודת הקודש פון רבי'ן אצינד איז דער מקובל נעתר געוועהן לבקשת הציבור אין וועט ווידער קומען אפרעכטן די מעמד הדלקת נר חנוכה אין שטאט בארא פארק.


די עסקנים זיצן אין די טעג אין ארבעטן אויס אלע טעכנישע אין לאגיסטישע דעטאלן ארום דעם מעמד - מער פרטים אין די סדרי וזמני המעמד וועלן נאכפאלגן.



Comments


bottom of page