top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

לטהר אתכם: מעמד "יציקת הבורות" אפגעראכטן צו נייע פריוואטע מקוה פון האד' מסקווירא אינעם ביהמ"ד החדש

זונטאג פ' כי תצא • ה' אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש‎

 

פארלאפענעם דינסטאג נאכמיטאג האט כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א אפגעראכטן א מעמד "יציקת הבורות" צו די נייע פריוואטע מקוה פונעם רבי'ן וואס ווערט געבויט נעבן דעם רבי'נס קליינע דירה אינעם נייעם ביהמ"ד הגדול.


דער רבי איז ערשינען צום מעמד אינאיינעם מיט די צוויי עלטסטע קינדער, הרה"צ רבי אהרן מענדל און הרה"צ רבי יצחק, אינאיינעם מיט די ראשי וועד קרן הבנין, הר"ר שלום בער פישל, הר"ר אביגדור עסטרייכער, הר"ר יצחק יוסף אונגאר, און דער בויער הר"ר אהרן גאלדקלאנג.


צוערשט האט דער רבי אפגעשטאט א ברייטע באזוך אינעם נייעם גיגאנטישן היכל ביהמ"ד הגדול, וואס האלט שוין ביי די לעצטע בוי פאזעס. די ראשי הוועד האבן צוגעוויזן פאר'ן רבי'ן דעם נייעם היכל און די אלע גאלעריען, און דער רבי האט צוגעקוקט מיט גרויס שמחה און הנאה צו זען ווי די בוי ארבעט גייט אן מיט'ן פולן טעמפא אז ס'זאל גרייט אויף די הייליגע טעג הבאים לקראתינו לשלום. דערנאך איז דער רבי צוגעגאנגען צום מזרח וואנט פונעם ביהמ"ד, ביים מקום פונעם בור וואס ווערט געבויט אין דעם רבי'נס נייע פריוואטע מקוה.


הגה"צ רבי יוסף ישראל אייזנבערגער דומ"ץ שיכון סקווירא און נאך עטליכע דיינים האבן צוגעוויזן פאר'ן רבי'ן די הלכה'דיגע חלקים פון די נייע מקוה וואס ווערט געבויט בתכלית ההידור, און דערנאך האט דער רבי געגאסן טעפלעך צעמענט וואס זענען געווארן איבערגעגעבן דורכ'ן רבי'נס קינדער און דורך די ראשי הבונים, און דורך הנגיד ר' נחום זלמן רוקח פון לעיקוואד און הנגיד ר' יו"ט ליפמאן דירנפעלד פון שיכון סקווירא.


מ'האט געזינגען ניגוני קודש און דער רבי האט מאציל געווען ברכת קדשו פאר אלע אנוועזנדע. ביים פארלאזן דעם ארט האט דער רבי איבערגעגעבן צו טיילן א סכום נכבד פאר די נישט-אידישע ארבייטער אלס א מנהג פון געבן דעם חלק פאר'ן "שעיר לעזאזל", דער רבי האט זיי דערלאנגט דאס געלט און דערנאך איבערגעגעבן א סכום הגון פאר העסקן הרב שלום בער פישל, דערמיט האבן א חלק אין די חשוב'ע מצוה. אויפ'ן וועג ארויס האט דער רבי דורכשפאצירט דעם גאנצן היכל החדש, און ארויס פון די צענטראלע אריינגאנג, ווערנדיג ארויסבאגלייט בשירה וזמרה.













































Comments


bottom of page