מוצאי שבת פ' וארא • ג' שבט תשפ"ד | בחצרות הקודש
תלמידי וחסידי וויען זענען איינגעהילט אין גרויס התרגשות צום היסטארישן מעמד נשגב התחלת כתיבת ספר תורה, וואס וועט געפראוועט ווערן ברוב פאר והדר דעם מוצאי שבת קודש פרשת וארא בהיכל בית המדרש הגדול דקהל עדת יראים וויען בעיר ואם בישראל וויליאמסבורג.
די היסטארישע פראיעקט פון מצוות כתיבת ספר תורה בהידור רב, ווערט אונטערגענומען דורך כלל תלמידי וחסידי חצר הקודש וויען, לכבודו ולזכותו פונעם געטרייען מנהיג כ"ק אדמו"ר מוויען שליט"א, קאמבאנירט מיט א מאסיווע קאמפיין און איינקונפט פאר די מוסדות הקדושים, שטייענדיג נאך צוויי מולטי מיליאן דאללערדיגע פראיעקטן אויפצובויען בניני תורה ותפילה, ווען עס איז געבליבן א לאך אין די קאסע פון צוויי מיליאן דאללער.
די היסטארישע פראיעקט מיטן נאמען כתבינו בספר, וועט צונויפברענגען תלמידי וחסידי וויען פון איבער די גאנצע וועלט, וואס וועלן זיך אנשליסן אלס שותפים אין די מצוה הגדולה פון כתיבת ספר תורה, און דערביי שטיצן און ארויסהעלפן די מוסדות הקדושים צו שטעלן א יסוד איתן פאר די נייע בנינים.
אין די יעצטיגע טעג האט כ"ק אדמו"ר מוויען שליט"א אפגעשריבן א ספעציעלע מכתב קודש וואו ער רופט יעדן פערזענליך אנטייל צו נעמען אין דעם גרויסן מצוה פון כתיבת ספר תורה, ווען דערביי האט מען די געוואלדיגע מצוה פון החזקת התורה אויף ביידע וועגן.
דעם מוצאי שב"ק וועט פארקומען די מעמד האדיר אין ביהמ"ד הגדול וויען אין וויליאמסבורג, וואו כולם יקבצו ובאו, זקנים עם נערים אינגעלייט און בעלי בתים, כ"ק אדמו"ר מוויען שליט"א וועט אריינשרייבן די ערשטע אות אינעם ספר תורה, באגלייט מיט פרייליכע ריקודין לכבודה של תורה.
אלס יושב ראש וועט אויפטרעטן דער מייסטער אנפירער און פה מפיק מרגליות הרב מאיר מרדכי בערקאוויטש, דערנאך וועט מען הערן א פלאם פייערדיגע דרשה פון כ"ק אדמו"ר מצאנז זוועהיל שליט"א, און צום שלוס וועט מען האבן די זכיה צו הערן דברות קודש מפום ממלל רברבן כ"ק אדמו"ר מוויען שליט"א נשיא הקהילה והמוסדות.
אין די יעצטיגע טעג ווערן שוין פארקויפט די זכותים נשגבים אינעם ספר תורה, ווען די נגידים ותומכים שליסן זיך אן אלס גרעסערע שותפים לדבר מצוה, און אזוי אויך אלע אינגעלייט צו מיטן קויפן א פרשה, א עמוד, אדער סיי וועלכע זכות בספר התורה הזה.
Comments