top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אשכבתיה דרבי • לוי' פון הגרב"מ אזרחי זצ"ל ראש ישיבת עטרת ישראל מארגן ערב שבת

דאנערשטאג פ' לך לך • י"א חשון תשפ"ד | בחצרות הקודש


די לוי' פון הגאון הגדול רבי ברוך מרדכי אזרחי זצוק"ל ראש ישיבת עטרת ישראל וועט ארויסגיין הערשט מארגן פרייטאג ערב שבת, צוליב דעם וואס בנו יחידו הגאון רבי בנציון אזרחי שליט''א האט זיך געפינען אין מעקסיקא בשעת די פטירה אויף א שליחות פון זיין פאטער די ראש ישיבה, באלד נאכן הערן די בשורה האט ער זיך ארויסגעלאזט אין וועג אין איז ערווארטעט אנצוקומען קיין ארץ ישראל מארגן פרייטאג פארטאגס.

די לוי' וועט ארויסגיין אום 9:00 אינדערפרי פונעם ראש ישיבה'ס שטוב רח' קאסוטו אין די בית וגן געגענט אין ירושלים וואו די ראש ישיבה האט געוואוינט די לעצטע יובל יאהרן, אויפן וועג צום הר הזיתים וואו ער וועט קומען לקבורה לעבן זיין רעבעצען ע''ה.

-

די מיטה במעונו פונעם ראש ישיבה ארומגענימען מיט תלמידים


לויטן ארגינעלן פלאן האט די לוי' געזאלט דורכגיין היכל ישיבתו 'עטרת ישראל' אין מודיעין עילית, יעצט נאכמיטאג איז אבער באשלאסן געווארן נישט ארויסצוטראגן די מיטה פון ירושלים.

הונדערטער תלמידים זענען אצינד פארזאמלט ארום די מיטה במעונו פונעם ראש ישיבה אין בית וגן אין טוען זיך געזעגענען פונעם רועה נאמן וואס האט זיי באגלייט אויף טריט אין שריט, ואיננו כי לקח אותו אלהים.



Comments


bottom of page