דינסטאג פ' בא • ו' שבט תשפ"ד | בחצרות הקודש
דעם זינטאג אווענט איז כ''ק האדמו''ר מסאטמאר שליט''א אנגעקומען קיין מאנסי אין שטוב פון הרבני הנגיד ר׳ יואל פריעדמאן הי״ו זוהן פונעם לעגענדארן משב''ק הרה''ח ר' משה פריעדמאן, וואו עס איז פארגעקומען א רייכן באנקעט לטובת די סאטמארער מוסדות אין לעיקוואוד.
עס האט אויפגעטרעטן די יושב ראש הרה״ח ר׳ מאיר מרדכי בערקאוויטש הי״ו וועלכע האט אנגעווארעמט די משתתפים אין דערנאך אויפגערופן הגה״צ גאב״ד סאטמאר מאנסי שליט״א אויפצוטרעטן מיט דברי ברכה, דערנאך האבן אויפגעטראטן הרה״ח ר׳ משה פריעדמאן הי״ו משב״ק, און הרה״ח הישיש ר׳ צבי אלימלך ווערצבערגער הי״ו ראה״ק סאטמאר מאנסי.
דער רבי שליט''א האט משמיע געווען דברות קודש, אין ארומגערעדט בשבח פון די מוסדות הק' אין לעיקוואוד, און ארויסגעברענגט די חשיבות פון שטיצן די הייליגע מוסדות, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר אלע משתתפים. דערנאך זענען אריין אל הקודש פנימה די נדיבים בעם וואס האבן זיך אנגעשלאסן מיט גרעסערע סכומים לטובת די מוסדות, דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
Comments