דינסטאג פ' שמות • כ"א טבת תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: מלכות ויזניץ בטלגרם
דעם זינטאג בעת די ביקור קודש פון מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א בקרב חסידיו אין שטאט חיפה האט די רבי שליט"א באשיינט א מעמד הכתרה, ביי וועלכן עס איז אויפגענימען געווארן בנן של קדושים הרה"ג ר' יצחק נח האגער שליט"א אלס דיין און מורה צדק אין די קהילה, להורות הוראה לדעת המעשה אשר יעשון, די מעמד התמנות איז פארגעקומען אין ביהמ"ד הגדול וויז'ניץ אין חיפה.
די דיין הרה"ג ר' יצחק נח האגער פון די חשובע דיינים אין שטאט חיפה איז א זוהן פון כ"ק אדמו"ר מאנטניא שליט"א נו"נ לצדיקי בית וויז'ניץ, און א איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מנדבורנא חיפה שליט"א.
ביים מעמד האבן אויפגעטראטן: כ"ק אדמו"ר מאנטניא שליט"א, הרה"ג ר' חיים מאיר גרינבוים רב הקהילה, און הרה"ג ר' דוד שלמה זאלדאן דומ"ץ ק''ק סערט וויז'ניץ, עס האבן זיך אויף משתתף געוועהן כ"ק אדמו"ר מנדבורנא חיפה שליט"א און נאך דייני העיר.
נאך די דרשות האט מען געהאט די זכי' צו הערן דברות קודש פון רבי'ן שליט"א וועלכע האט בראש וראשון ארויסגעברענגט די שמחה מיט'ן התמנות און אין קורצן גערעדט בשבחו פונעם נייעם דיין און מסיים געווען בברכות קדשו לרוב פארן חשובן דיין ער זאל מצליח זיין בכל אשר יפנה, און די ציבור האט אויסגעשריגן א היליכיגן 'מזל טוב'. צום שלוס זענען די בני הקהילה דורך וואונטשן דעם נייעם דיין שליט"א לרגל די התמנות.
Comments