מאנטאג וזאת הברכה א' • ה' תשרי תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער - JDN
חסידי תולדות אברהם יצחק האבן אריינגעטראטן אינעם יו"ט מיט צומישטע געפילן פון איין זייט די רגשי שבח והודאה אויף די ניסים גלויים למעלה מדרך הטבע, שטייענדיג בלויז געציילטע טעג נאך די שווערע דורכגאנג אינעם רבינס מצב הבריאות, ווען די רבי איז געראטעוועט געווארן ממוות לחיים בחסדי השם, און פון די אנדערע זייט האט געהערשט גרויס זארג ביי די חסידים וויאזוי דער יום טוב ראש השנה וועט אריבערגיין אין שאטן פוענם רבינס מצב. ברוב רחמיו וחסדיו איז אבער די יום טוב געפראוועט געווארן העכער אלע ערווארטונגען, ווען די רבי שליט"א האט אפגעראכטן דעם ראש השנה מיט אן עזות דקדושה למעלה מכוחות אנושי.
אויף יו"ט האט מען זיך אריינגעצויגן אינעם נייעם איבערגעבויעטן ביהמ"ד הגדול ההולך ונבנה לשם ולתפארת, וואס האט אריינגענימען אין זיך איבער טויזנט זיץ פלעצער און הויעך שטאקיגע פארענטשעס און צוגאב צו צוויי גאלעריען פאר בחורים און אינגעלייט, צו דעם אלעם איז דאס בית המדרש נאך אלס געווען צר מלהכיל צו קענען אקאמאדירן דעם ריזן און אומערווארטעטע ציבור וואס איז געקומען צופארן מיטצוהאלטן דעם יו"ט בצילא דמהימנותא.
אין די טעג בעפאר יו"ט האט מען מיט גרויס מוה און פלאג איינגערישט א דירה פארן רבי'ן שליט"א מיט א מקווה הארט נעבן דעם ביהמ"ד אז די רבי זאל זיך נישט דארפן מטריח זיין, און נישט ארויסגיין פונעם בנין ביהמ"ד דורכאויס יו"ט.
ערב יו"ט איז די רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד און אנגעהויבן 'הודו' מיט א פלאם פייער, נאך מנחה האט דעם רבינס בן זקונים הרה"צ רבי בעריש קאהן אויפגעטראטן מיט קורצע דיבורים בפקודת הקודש, אנהייבנדיג מיט א שבח והודאה אויף די גרויסע חסדים און אז טראץ די דאקטער האט באשטעטיגט אז די רבי קען אריינקומען צו די תפילות דארף מען אבער שטארק אכטונג געבן זיך נישט אנצושטרענגען, דעריבער וועט די רבי דאווענען פארן עמוד וויפל די כוחות וועלן צולאזן, און די איבעריגע תפילות וועלן דאווענען די קינדער הרבנים, ער האט צוגעלייגט אז היות די רבי וויל נישט משנה זיין פונעם מנהג צו פארזאגן די שטילע שמונה עשרה אויפן קול כמנהג וויזניץ, וועלן די קינדער הרבנים הגאונים הצדיקים פארדאווענען די שטילע שמונה עשרה על פי סדר.
נאך מעריב בליל התקדש החג איז מען אריבער אויף לשנה טובה, און די רבי שליט"א האט געוואונטשן דעם גאנצן ציבור אויפאמאל. ביידע נעכט האט די רבי שליט"א קידוש געמאכט תיכף נאכן דאווענען, ביי די ברכה פון שהחיינו האט די רבי זיך אויפגעשטעלט און געזאגט די ברכה בקול חוצב וואס האט אפגעדינערט אינעם גאנצן ביהמ"ד, און דערנאך מעריך געווען שולחנו הטהור בזמירות שירות ותשבחות און געזאגט תורה.
די ערשטע טאג יו"ט האט מען פארענדיגט דאס דאווענען בשעה 6:30, עס איז שוין געוועהן נאכן שקיעה ווען מען האט זיך געוואשן צום סעודה אום ארום אכט אזייגער איז שוין די רבי אריינגעקומען צו מעריב דמיטל נאכט יום טוב. די רבי האט געדאווענט די מוספים ווי געווענדליך, און ביי די שטילע שמונה עשרה פארגעזאגט מלכויות זכרונות שופרות אויפן קול, די רבי האט אויך געדינט אלס בעל תוקע ביי אלע תקיעות, און ווי געמאלדן גומל געבענטשט גומל נאכן עולה זיין לתורה די ערשטע טאג יו"ט.
די צווייטע טאג האט מען אנגעהויבן דאווענען 7:30 צו קענען ענדיגן געניג פריה צוליב ערב שבת, בעפאר די תקיעות האט די רבי שליט"א געהייסן איבערגעבן אז די נשים זאלן פארלאזן דעם ביהמ"ד א שעה פארן זמן הדלקת הנרות, און צינדן ליכט ביים זמן, מען האט פארענדיגט דאווענען אום 5:30, און א האלבע שעה דערויף איז די רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת. פרייטאג צונאכטס האט די רבי אפגעראכטן דעם טיש פאר גאנצע פינעף שעה מיט גרויס התרוממות הנפש ביז נאך דריי אזייגער פארטאגס.
Comments