דאנערשטאג פ' נצבים - וילך • כ"ג אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער
דעם מאנטאג איז אפגעצייכנט געווארן די יום השלושים פון בוצינא קדישא כ"ק אדמו"ר מפאריסוב זצוק"ל בעל 'דרכי צדק' וואס איז נסתלק געווארן לשמי רום פארלאפענעם שבת קודש כ' אב. צום יום השלושים איז געשטעלט געווארן די מצבה על מקום מנוחתו במרומי הר המנוחות, דורכאויס די טאג זענען פילע תלמידים וחסידים און בני המשפחה ארויף צום ציון און אויסגעגאסן דאס הארץ מיט הייסע בכיות זייענדיג נאך שבור ורצוץ פון דעם שווערן בראך.
אין די נאכמיטאג שעהן איז פארגעקומען די מעמד תפילת רבים אין שפיץ פון בניו האדמורי"ם שליט"א ממשיכי דרכו בקודש, און די איידימער האדמורי"ם מספינקא בני ברק, קרעטשניף קרית גת און דינוב ירושלים, אזוי אויך די ברודער האדמו"ר מקאלאשין, און מחותנו האדמו"ר מספינקא גני גד, בנו ממשיך דרכו האדמו"ר מפאריסוב שליט"א פון אמעריקא האט פארגעזאגט די מזמורי תהילים און פארגעלערנט משניות, און די אדמורי"ם האבן געזאגט קדיש.
שפעטער אויפדערנאכט האבן זיך הונדערטער חסידים אוהדים און אנשים חשובים פארזאמלט בבית מדרשו של רבי אין ירושלים צו וואו עס איז אפגעהאלטן געווארן אן עצרת מספד והתעוררות צו באוויינען דעם שווערן פארלוסט פון אותו צדיק וואס האט באשיינט די דור בצדקתו וקדושתו. אנהייב פונעם מעמד איז פארגעקומען די סיום ששה סדרי משנה וואס איז געלערנט געווארן דורך די תלמידים וחסידים דורכאויס די ימי השלושים לעילוי נשמתו הטהורה, די רבי שליט"א האט געמאכט די סיום, און געזאגט קדיש. דערנאך האט בנו חביבו כ"ק אדמו"ר מפאריסוב שליט"א פון אמעריקא אויפגעטרעטן מיט דברי הספד, און דערנאך הגה"צ רבי יצחק משה ארלאנגער שליט"א וועלכע האט שטארק ארויסגעברענגט די העכערע מדרגות און השגות פונעם רבי'ן זצ"ל.
עס האט נאכגעפאלגט מיט די סעודת השלושים ביי וועלכן בנו מ"מ כ"ק אדמו"ר מפאריסוב שליט"א האט משמיע געווען דברות קודש זייענדיג מעורר רחמים אויף די יעצטיגע שווערע מצב בזכותו של אותו צדיק. מיטן בענטשן איז מכובד געווארן די שוואגער פונעם רבין זצ"ל הגה"צ אבד"ק סערדאהעלי בית שמש.
Comments