top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

באפרייאונג פון בעל מסירות נפש מחשובי חסידי פינסק קארלין נאך שטורמישע הפגנות דורכאויס שבת 

מאנטאג פ' כי תבוא • י"ג אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש

 

הונדערטער חסידי פינסק קארלין האבן זיך צוזאמגענומען דעם שבת אויף שטורמישע הפגנות קעגן איבער דעם ירושלימ'ער תפיסה 'מגרש הרוסים' און מוחה געווען קעגן די בארבארישע פאליציי וועלכע האבן געהאלטן אונטער ארעסט א חשובער אינגערמאן מחסידי פינסק קארלין.


דאס קומט נאכדעם וואס עס איז פארלאפענע וואך אפגעהאלטן געווארן א פארזאמלונג דורך די ציוניסטישער מיליטער, ספעציעל געאייגענט פאר היימישע בחורים, ווי רעדנער'ס האבן אויפגעטראטן מיט דברי הסתה און פראבירט משכנע צו זיין די בחורים זיך אנצושליסן אין מיליטער היל"ת. אויפן פלאץ האבן זיך פארזאמעלט א גרויסע ציבור יראי השם וועלכע האבן מוחה געווען כדת של תורה קעגן דעם שענדליכן אקט פון פרובירן אפשמד'ן ערליכע בחורים צום שאול תחתית פונעם טמאנ'עם צה"ל. די פאליציי זענען גערופן געווארן אויפן ארט און האבן זיך אויפגעפירט מיט גרויס ברוטאליטעט קעגן די מוחים און צווישן אנדערע אויך ארעסירט א חשובע אינגערמאן מחשובי חסידי פינסק קארלין.


אזוי ווי די פאליציי האט זיך פארלייגט אויף דעם יונגערמאן און אים פארהאלטן אין טורמע איבער שבת, האט כ"ק אדמו"ר מפינסק קארלין שליט"א געהייסן די חסידים ארויסצוגיין אויף הפגנות מיט נאכאנאנדע משמורת דורכאויס דעם גאנצן שבת, ווי יעדע גרופע האט געדווענט איינע פון די תפלות שבת דארט ביים טורמע מיט גרויס התרוממות און מיט דעם קארלינער ברען, און דערנאך געלאזט הערן דעם הילכיגן קול מחאה.


בחסדי שמים איז דער יונגערמאן באפרייט געווארן נעכטן זונטאג און איז ארויף אויף א באזוך ביי פאר הדור כבוד הגה"צ ר' יעקב מאיר שעכטער שליט"א וועלכע האט שטארק מחזק געווען דעם אסיר ציון אויף זיין זכי' צו זיצן אין תפיסה פאר כבוד שמים. דערנאך איז ער אריבער צו מורו ורבו כ"ק אדמו"ר מפינסק קארלין שליט"א וועלכע האט אים  ענטפאנגען בשמחה רבה, און זיך נאכגעפרעגט אויף די הפגנות וואס זענען פארגעקומען דורכאויס שבת. 




Comments


bottom of page