מוצאי שבת פ' ויצא • י"ב כסלו תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: מלכות וויז'ניץ בטלגרם
א באריכט פון די ערשטע טאג פון די געהויבענע מסע הקודש פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ וויליאמסבורג שליט''א על אדמת ארץ הקודש, לרגל די שמחת החתונה פון א אייניקל וואס קומט פאר די קומענדיגע וואך, די באזוך פון רבי'ן בעיר התורה והחסידות בני ברק, און די מלכות'דיגע קבלת פנים לכבודו אין קרית ויזניץ בני ברק במעמד אלפי ישראל.
היינט פארטאגס האט דער רבי געלאנדעט אין ארץ ישראל אין באגלייטונג פון אריבער הונדערט חסידים, ביים לופטפעלד האט אפגעווארט דעם רבינ'ס ברודער כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א פון בית שמש אין באגלייטונג פון פילע חסידים, און א משלחת נכבדה פון בני ומשמשי מרן אדמו"ר מויזניץ שליט"א ווי באריכטעט.
פון לופטפעלד איז דער רבי אריינגעפארן קיין בני ברק, לבית האכסניא ביי הנגיד החסיד בנן של קדושים הרב אהרן אלי' פעלדמאן, א קורצע צייט דערויף איז דער רבי אנגעקומען אויף תפילות שחרית אין ביהמ"ד אהבת שלום ויזניץ אויף רחוב מלצר, ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען און געבענטשט גומל, און דערנאך באזוכט ביים מחותן כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א, און אין שטוב פון חתנו הרה"צ ר' לייבוש טווערסקי דער מחותן פון די שמחה.
פון דארט איז דער רבי אנגעקומען אויף א באזוך ביי כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א, וואו מען האט א לענגערע צייט ארומגעשמועסט זכרונות מימי קדם, און דער וויזניצער רבי האט אויסגעדרוקט רגשי הכרת הטוב פארן מאחנובקא בעלזא רבי'ן, פארן אוועקגעגעבן זיין גרויסן בית המדרש פאר די שמחת החתונה די קומענדיגע וואך.
דערנאך איז דער רבי אנגעקומען אויף א באזוך ביי שאר בשרו הגה"צ ר' מנחם ארנסטר ראש ישיבת ויזניץ, מנחה האט דער רבי געדאווענט בבית האכסניא און דערנאך אויפגענומען דעם ציבור מיט קוויטלעך.
אין די אווענט שעה'ן איז דער רבי אנגעקומען אויף א באזוך ביי שאר בשרו מרן אדמו"ר מויזניץ, וואו מען האט געשמועסט לעכטיגע זכרונות פון די פריערדיגע יארן, און שיינע סיפורים ועובדות פונעם זיידן הרה"ק בעל אמרי חיים, דערנאך האבן די רבי'ס זיך פארשפארט און געשמועסט פריוואט א שטיק צייט.
ארום א פערטל צו צען זענען די רבי'ס אינאיינעם ערשינען צום גרויסן און צענטראלן מעמד קבלת פנים בהיכל ביהמ"ד הגדול אין קרית ויזניץ בני ברק, די משוררים האבן געזינגען ניגוני שמחה, ברוך הבא ובכן צדיקים, הנה מה טוב און טוב להודות, די רבי'ס האבן טועם געווען פון די לעקאך און לחיים און געוואונטשן דעם ציבור מיט ברכות לרוב. הרב שאול גרינבערגער משמש בקודש פון מרן אדמו"ר מויזניץ האט אויפגעטרעטן מיט קורצע ווערטער און מקבל פנים געווען דעם חשובן גאסט, האט דאן דער וויזניצער רבי פון וויליאמסבורג אויפגעטרעטן מיט ווערטער, און באגריסט דעם עולם דאהי און די געוואלדיגע הכנסת אורחים וואס מ'זעהט, דערביי האט דער רבי דערציילט רייכע זכרונות מימי קדם ווען ער האט געלערנט אין ישיבה ביים זיידן דעם אמרי חיים און דא אויף דעם פלאץ קונה געווען תורה וחסידות אויף א געהויבענע פארנעם.
נאכן מעמד קבלת פנים איז דער פילקעפיגער ציבור אריבער שלום נעמען ביים גרויסן גאסט, און אצינד ווערן געמאכט די לעצטע הכנות לקראת די גרויסע שבת בקרית מלך רב בראשות כ"ק מרנן האדמורי"ם שליט"א.
Comments