top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

וויכטיגע זיצונג בביתו נאווה קודש פון האד' מסאטמאר מיט קאנגרעס מינאריטעט פירער דזשעפריס און קאנגרעסמאן פעט רייען

דאנערשטאג פ' נצבים - וילך • כ"ג אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: י. שטיין - JDN

 

די וואך זונטאג איז אריבער געקומען לביתו נאוה קודש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א דער מאכטפולער קאנגרעס מינאריטעט פירער האקים דזשעפריס אין באגלייטונג פון דער קרית יואל'ער קאנגרעסמאן פעט רייען, וועלכע זענען געקומען הערן די געברויכן פון די היימישע אידנטום, אויך זענען אנוועזנד געווען הרה"ח ר' שמחה אייכנשטיין הי"ו - אסעמבלימאן פון בארא פארק, די ראשי וועד הקריה הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו, הרה"ח ר' גדלי' סעגעדין הי"ו, די חברי הנהלת הקריה, און אזוי אויך הרבני הנגיד ר' עקיבא הערש קליין הי"ו.


ביים אנהייב פונעם זיצונג האט דער רבי קלארגעשטעלט אז די ערשטע און וויכטיגסטע זאך וואס מיר דארפן איז צו מבטל זיין די גזירת החינוך, און די אלע טובות וואס מיר דארפן איז גארנישט ווערד אויב די גזירת החינוך פארבלייבט אין קראפט היל"ת, מען האט אויסגעשמועסט עטליכע אופנים וויאזוי די פעדעראלע רעגירונג קען זיין בייהילפיג, און זיי האבן פארשפראכן צו טון אלעס אין זייער מעגליכקייט אז די הייליגע ריינע חינוך המסורה לנו מדור דור זאל ווייטער קענען אנגיין אן קיין שום שינוי, באזונדער האט מען אויסגעשמועסט פילע ענינים וואס זענען נוגע פאר אחב"י און בפרט פאר תושבי קרית יואל, צווישן אנדערע ביליגע דירות המכונה "עפארדעבל האוזינג" און רעגירונג הילף אויסצוצאלן די הויכע קאסטן פון רענט, וואס קען זיין בייהילפיג פאר פילע אחב"י, און נאך פארשידענע ענינים.


צום שלוס האט דער רבי אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די פאליטיקאנטן לרגל די בעפארשטייענדע וואלן אין אמעריקע, און באזונדער האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר ר' שמחה אייכנשטיין ני"ו און באדאנקט פארן שטיין צו הילף אויף אלע פראיעקטן צו ראטעווען די חינוך הטהור אין ניו יארק.





















Comments


bottom of page