top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

וְאֵרַשְׂתִּיךְ לִי לְעוֹלָם • שמחת התנאים בחצר הקודש צאנז זוועהיל אין מחנה דברי חיים אין קאניאנגא לעיק

דינסטאג פ' עקב • ט"ז אב תשפ"ד | בחצרות הקודש

 

אין מחנה דברי חיים צאנז זוועהיל אין קאניאנגא לעיק איז דעם זונטאג ליל חמשה עשר באב געפראוועט געווארן די שמחת התנאים פון די כלה א טאכטער פון כ"ק אדמו"ר מצאנז זוועהיל שליט"א, מיטן חתן א זון פון הרב יצחק יוסף שליסל שליט"א, אייניקל פון הגה"צ גאב"ד לינז זצ"ל, די שמחה איז באשיינט געווארן דורכן געהויבענעם פעטער פון חתן און כלה, כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזנבורג שליט"א.


דורכאויס די שמחה האט דער בעל שמחה כ"ק אדמו"ר מצאנז זוועהיל שליט"א משמיע געוועהן דברות קודש זייענדיג מקשר די שמחה מיט חמשה עשר באב און די יומא דהילולא פון הרה"ק רבי הערשעלע רודניקער זי"ע - פאטער פונעם קלויזנבורגער רב זי"ע וועמענס יארצייט איז אויסגעפאלן בו ביום, און ארומגערעדט בשבחו פונעם חשוב'ן חתן.


מיט קריאת התנאים איז מכובד געווארן די דאפעלטע פעטער כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזנבורג שליט"א, נאכן ליינען די תנאים איז דער רבי אריבער אינאיינעם מיטן חתן און מחותנים וואונטשן מזל טוב פאר די כלה כנהוג, דערנאך האט מען זיך אויפגעשטעלט אויף א ריקוד של שמחה, און דער חתן האט געזאגט די פשעטל ברוב חריפות און בקיאות.


דערנאך האט די רבי מכבד געווען דעם גרויסן שוואגער כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזנבורג שליט"א צו משמיע זיין דברות קודש, זייענדיג מאריך בשבח פון די קהילה קדושה אין יוניאן סיטי, און דער מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מצאנז זוועהיל שליט"א. וואו מען זעט די סייעתא דשמיא מיט די הרחבת גבולי הקדושה, און בפרט די ישיבה גדולה, וואו דער חתן האט זיך דא געהאדאוועט בצילו פונעם רבי'ן שליט"א ווי אויך האט דער קלויזנבורגער רבי שליט"א מעלה געוועהן זכרו הטהור פונעם מייסד הישיבה הרה"ק בעל 'שפע חיים' מצאנז קלויזנבורג זי"ע, און געוואונטשן ברכות לרוב פארן רבי'ן, די גאנצע משפחה הרוממה און די עדה הקדושה.


















Comments


bottom of page