מאנטאג וזאת הברכה ב' • י"ב תשרי תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: David Bernal - JDN
דעם יום הקדוש איז אפגעצייכנט געווארן די 47'סטע הילולא קדישא פון הרה"ק המפורסם פועל ישועות בקרב הארץ רבי איציקל מפשעווארסק זי"ע, דער רבן ומאורן של ישראל וואס איז נקדש ונערץ אין אלע חסיד'ישע קרייזן, און אומעטום האט מען מעלה געווען זכרונו הבהיר וצדיק מה פעל, ובפרט אינעם אתר דמר בצל קדשו פון ממלא מקומו נכדו חביבו כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א אין שטאט אנטווערפן איז די הילולא קדישא פאראיבער אינעם פארכטיגן טאג יום הקדוש מיט א גרויס התעוררות ורגשי עילאה, ווען ס'איז אויפגעברענגט געווארן מיט בענקשאפט די לעכטיגע זמנים בהלו נרו על ראשינו, און דער קשר אמיץ ואהבה עזה וואס דער רבי זי"ע האט ארויסגעוויזן פאר'ן אייניקל דער רבי שליט"א.
לרגל די הילולא קדישא איז א ריזן ציבור געסט געקומען צו פארן פון אלע עקן וועלט, ובפרט פון אלע אייראפעאישע שטעט. דער רבי האט אפגעראכטן אלע תפילות היום אין די גרויסע זאלן פון "בית רחל" וואס די פשעווארסקע הויף האט אפגעדינגען אויפ'ן ירח האיתנים ווי יאהר יערליך. דער היכל הגדול מיט אלע גאלעריען זענען געווען איבערגעפילט מיט מאסן חסידים זקנים עם נערים וועלכע האבן זוכה געווען מיטצולעבן די הייליגע תפילות און עריכת השלחנות פון ערב און מוצאי יום הקדוש בהילולא דמר.
יום הקדוש ביינאכט נאכ'ן דאווענען האט מען געזינגען אלע ניגונים וואס מ'זינגט געווענליך ביי די שולחנות הטהורות ליל שב"ק, און נאכ'ן שיר היחוד איז דער רבי אריבער צו בית מדרשו של בעל הילולא, וואו דער רבי האט כמידי שנה בשנה פארגעלערנט א שיעור משניות אין מסכת יומא לע"נ דעם זיידן דער בעל הילולא. יום הקדוש צופרי ביים עולה זיין לתורה, האט דער רבי געמאכט א ספעציעלע "מי שברך" פאר מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א וואס איז אנגעוויזן אויף א ישועה.
עת כי פנה יום, נאך א קורצע הפסקה נאך מנחה, איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען צו תפילת נעילה מעוטף בטליתו פונעם זיידן דער בעל הילולא, ווען לידו פונעם רבי'ן שטייען די צוויי משמשים בקודש פונעם בעל הילולא, הרה"ח ר' חיים העניג און הרה"ח ר' שבתי האפמאן וועלכע האבן זוכה געווען צו משמש זיין לפני ולפנים. דער רבי שליט"א האט פארגעדאווענט מיט א געוואלדיגע השתפכות הנפש ווען דעם רבי'נס קול דממה דקה הערט זיך אינעם גאנצן זאל.
מוצאי יום הקדוש איז דער רבי אריינגעקומען צו די סעודת הילולא קדישא און סעודת מלוה מלכה. דער רבי האט זיך געוואשן צו די סעודה און מסיים געווען ש"ס און אנגעהויבן ברכות, און דערנאך האט מען געזינגען אלע ניגוני מלוה מלכה. אויך איז אויפ'ן פלאץ אפגעראכטן געווארן א "שלום זכר" ביי איינעם פון די חסידים, וואס ער האט נישט געקענט מאכן פרייטאג צונאכטס צוליב יום הקדוש, האט ער אויפ'ן רבי'נס הוראה געמאכט אנשטאט ביים טיש מוצאי יום טוב. דער רבי האט טועם געווען פון די בונדלעך און געוואונטשן אלע בעלי שמחה.
דער רבי האט מכבד געווען דער מרא דאתרא הגה"צ גאב"ד אנטווערפן שליט"א פארצוזינגען "המבדיל" פון מוצאי יום הקדוש, און דערנאך האט דער רבי פארציילט סיפורים און זכרונות פונעם זיידן רבי איציקל זי"ע פון זיין גדלות בתורה ועבודה, און וואס צדיקים האבן זיך אויסגעדרוקט אויף הפלגות גדולות און א שלל ענינים נפלאים. דערנאך האט דער רבי געבענטשט על הכוס און פארטיילט כוס של ברכה פאר די נגידים וואס האבן מנדב געווען די סעודה, און זיך געזעגנט מיט די געסט. צומארגנס זונטאג נאכ'ן דאווענען איז דער רבי שליט"א ארויסגעפארן קיין פיטא האלאנד, און פוקד געווען דעם ציון הקדוש, מ'האט געזאגט ספר רביעי שבתהילים, דער רבי האט געזאגט קדיש און זיך משתטח געווען אויף די ציונים הקדושים.
Comments