top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מוסיף והולך • האד' מטאלנא מעלדט איבער עפענונג פון נייע ישיבה לצעירים על דרך אבותיו הק'

פרייטאג פ' וישב • כ"ה כסלו תשפ"ד | בחצרות הקודש


נעכטן אויפדערנאכט ביי די עריכת שולחן הטהור בחצר הקודש טאלנא אין שטאט אשדוד, לרגל די הילולא קדישא פון הרה"ק רבי יוחנן מטאלנא זי"ע, האט כ"ק אדמו"ר מטאלנא שליט"א געמאלדן פאר די חסידים איבערראשנדע נייעס, אז מ'גרייט זיך צו עפענען א אייגענע ישיבה לצעירים אין די נאנטע צוקונפט בסייעתא דשמיא.


ביי די דברות קודש האט די רבי דערציילט אן עדות'שאפט וואס ער האט געהערט פונעם בעל המעשה אליין, הרה''ח ר' משה ווארשווער הי''ו מבאי בתיו פונעם בעל ההילולא וואס איז אמאל אריין מיט א קוויטל אין א פדיון צום רבי'ן זצ''ל, צו זיין גרויס וואונדער האט די רבי שליט''א גענימען דעם קוויטל אין צוריק געגעבן דעם פדיון זאגנדיג בהאי לישנא: ''דאס געלט זאלסטו האלטן ביי דיר פארן ישיבה פון מיין אייניקל'' הלא הוא כ''ק האדמו''ר מטאלנא שליט''א. די רבי האט אויסגעפירט אז גאס געלט האט ער באקומען פונעם בעל המעשה מיט יאהרן צוריק אין האט דאס אוועקגעלייגט לעת הצורך אין אצינד שטייענדיג 25 יאהר נאכן זיידנס פטירה איז א זמן גרמא מודיע צו זיין בשעת בת רבים איבער די עפענונג פונעם נייעם ישיבה כצוואתו וברכתו של אותו זקן, אויף דעם קומענדיגן זמן הלימודים חודש אלול דא אין שטאט אשדוד.


דער רבי האט ארומגערעדט איבער די געוואלדיגע השפעה פונעם רבי'ן זצ"ל דער בעל ההילולא, און די הרבצת התורה אין חינוך הבחורים וואס ער האט עוסק געווען אין לויף פון די יארן, דערביי האט דער רבי אויסגעדרוקט רצון קדשו צו ממשיך זיין די הייליגע עבודה און אוועקשטעלן א ישיבה פאר די חסידים, לשמו ולזכרו פונעם רבי'ן זצ''ל וואו די תלמידים וועלן זיצן און לערנען בדרך אבותיו הקדושים.








Comments


bottom of page