מאנטאג פ' עקב • ט"ו אב תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: ד.ה. כרם - JDN
במעון הקודש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אין מחנה דברי יואל אין סוואן לעיק איז פאריגע וואך אפגעראכטן געווארן די שמחת החאלאקע פון צוויי איר אייניקלעך ביי כ"ק האדמו"ר מסאטמאר שליט"א, אייניקלעך פון בנו הגה״צ אב״ד סיגוט שליט״א, הילד בן חתנו הרב יעקב שרגא מייזליש שליט״א, און הילד בן לחתנו הרב אברהם שלום פנחס ראטענבערג שליט״א. דער רבי האט אפגעשוירן די קינדער און אנגעטוהן די קאפל און ציצית כנהוג, דערנאך האט מען געטרינקען לחיים און די רבי האט ווארעם אנגעוואונטשען ברכת קדשו פאר די בעלי שמחה און די זיידעס.
פון דארט איז מען געפארן צום תלמוד תורה שע״י מחנה נחלת יעקב וואו אלע הונדערטער תשב"ר האבן אפגעווארט את פני המלך אנגעטוהן מיט בגדי שבת ויו"ט כראוי וכיאות. די קינדער האבן געזונגען שיינע פאסיגע ניגוני שמחה לכבוד המאורע, די ילדי החאלאקע האבן דאן געזאגט די א' ב' און געלעקט די האניג כנהוג.
Comments