top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שפאנונג אין בעפארברייטונג צום מעמד 'אודה' אפצייכענענדיג 80 יאהר פונעם נס ההצלה אין תקומת בית בעלזא

זונטאג פ' וארא • כ"ו טבת תשפ"ד | בחצרות הקודש


בחצר הקודש בעלזא גרייט מען זיך צו א היסטארישע מעמד וואס וועט פארקומען בביתו נאוה קודש פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, געאייגענט ספעציעל פאר די נושאי הממלכה, תומכי מרכז מוסדות בעלזא בארץ הקודש, קאמבאנירט מיט די געהויבענע מעמד הודאה אפצוצייכענען גאנצע אכציג יאר זינט יענעם טאג, ווען די אחים הקדושים הרה"ק מבעלזא און הרה"ק מבולגרייא זי"ע זענען געראטעוועט געווארן מגיא צלמות ביים צווייטן וועלט קריג.


די היסטארישע מעמד וועט געפייערט ווערן בליל ט' שבט דאנערשטאג נאכט פרשת בא, וואו די תומכים און נגידים וועלן ביי רייך געדעקטע טישן זוכה זיין לחסות בצל הקודש און מיסב זיין על שולחן מלכים בהאי עידן רעווא, מיט די פערזענליכע השתתפות פונעם מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א.


אין דעם היסטארישן טאג ווען עס ווערט אפגעצייכנט אכציג יאר זינט די גרינדונג פון די הייליגע בעלזא ישיבה על אדמת ארץ הקודש, וועלן די חשובע תומכים זיך ווידער אנשליסן מיט ריזיגע סכומים מחזק צו זיין די הייליגע מוסדות, און זיין א טייל פון די תומכי עץ החיים און די נושאי הממלכה.


אין די יעצטיגע טעג ווערן געמאכט די לעצטע הכנות לקראת די היסטארישע מעמד, און פילע חסידים טוען זיך אנשליסן מיט סכומים אדירים לטובת די מוסדות, צו קענען זיין א טייל פון דעם היסטארישן כנסיה.



Comentarios


bottom of page