top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

וגילו צדיקים • חסידים ואנשי מעשה מיטגעהאלטן רעבישע חתונה אין הויפן פון פרמישלאן - זידיטשויב - ראחמיסטריווקא

מוצאי שבת פ' ויחי • י"ח טבת תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר


חסידים ואנשי מעשה האבן זיך מיטגעפרייט דעם מיטוואך ביי די רעבישע חתונה בשמחת בית פרמישלאן - זידיטשוב - ראחמסטריווקא וואס איז פייערליך אפגעראכטן געווארן אין ביהמ''ד הגדול אין קרית פרמישלאן אין בני ברק.


אין א גוטע שעה איז געגאנגען אונטער די חופה א חתן אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מפרמישלאן שליט"א בן לחתנו הרה"ג רבי משה הלל שטערן בן הגה"צ אב"ד ראחמסטריווקא בני ברק שליט''א מיט די כלה א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מזידיטשוב שליט"א פון בני ברק בת לחתנו הרה"ג ר' אברהם יוסף ווייס ראש כולל וויזניץ בית שמש.


ביים מעמד החופה אין חצר פונעם ביהמ''ד איז מכובד געווארן מיט סידור קידושין די זיידע כ"ק אדמו"ר מזידיטשוב שליט''א, קריאת הכתובה הגה"צ רבי דוד שלמה ראזענבוים אב"ד קרעטשניף ירושלים, ברכות ראשונות די זיידע הגה"צ אב"ד ראחמסטריווקא בני ברק שליט''א, ברכה אחריתא די עלטער פעטער כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף שליט"א, נאכן חופה האבן זיך די אדמור''ים שליט''א ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים.


צום באשטימטע צייט זענען די מחותנים האדמור''ים שליט''א ערשינען צום סעודת החתונה ווערנדיג ענטפאנגען בקול רינה ותודה אין זיך געוואשן צום סעודת החתונה, מען האט ממשיך געווען די ריקודין ווען אינצווישן זענען זיך געקומען באטייליגן מערערע אדמורי"ם ורבנים וקרובי המשפחה צווישן זיי האדמור''ים מקרעטשניף, מחנובקא בעלזא, ביאלא בני ברק, ביאלא פשיסחא, ביאלא רמת אהרן, ביטשקוב, קרעטשניף קרית גת, טרעבישאן, טשערנאוויץ, מיאלען, זידיטשוב בני ברק, הרבנים הגאונים הצדיקים גאב"ד ביליץ, אב"ד סקולען בני ברק, אב"ד סטריקוב, אב"ד ראחמסטריווקא ירושלים און נאך.


די זיידע כ"ק אדמו"ר מפרמישלאן שליט"א האט געבענטשט על הכוס, און מיט די שבע ברכות זענען מכובד געווארן די מכובדים קרובי המשפחה, נאכן בענטשן האט מען צוגעטראטן צום מצוה טאנץ, בדחנא דמלכא הרב פנחס גרינפעלד האט צום ערשט אויפגערופן די זיידע כ"ק אדמו"ר מזידיטשוב שליט"א צום מצווה טאנץ, דערנאך איז געטאנצן די זיידע הגה"צ אב"ד ראחמסטריווקא בני ברק שליט''א, און צום הויעכפונקט האט די זיידע כ"ק אדמו"ר מפרמישלאן שליט"א אפגעראכטן די ריקודין קדישין לפני הכלה בעוז ותעצומות, און דערנאך געטאנצן מיט די חתן און מחותנים.


באישון ליל האט באשיינט די שמחה די פעטער כ"ק אדמו"ר מראחמסטריווקא שליט"א וועלכע איז געטאנצן מצווה טאנץ לפני הכלה באש קודש, און דערנאך ארויס אין א ריקוד מיט די חתן און מחותנים, און א באזונדערע ריקוד מיט גיסו הגה"צ אב"ד ראחמסטריווקא בני ברק שליט"א.
















































































Comments


bottom of page